צו לייענען דעם ערשטן טייל גייט צו:
//yiddish.forward.com/articles/205780/yiddish-words-that-israelis-use/?p=all#ixzz4rvGFJkBn
אין דעם פֿאָריקן אַרטיקל האָב איך זיך באַצויגן צו דעם ביטול-אויסדרוק „האָט ער געזאָגט‟ מיט זײַן ריכטיקער, ייִדישער אינטאָנאַציע וואָס מ’הערט עס שוין אָפֿט אין אַ העברעיִשן קאָנטעקסט. דערצו איז אינטערעסאַנט צו באַמערקן, אַז פֿונעם העברעיִשן “אַז הוא אמר” אַנטווילקען זיך וואַריאַנטן ווי למשל “ראש-העיר הבטיח. אז הבטיח”, ס’הייסט „דער בירגערמײַסטער האָט צוגעזאָגט״. האָט ער צוגעזאָגט”, מיינענדיק געוויס — ער האָט נישט געהאַלטן וואָרט. אין דעם פֿאַל האָט מען גענומען אַן אויסדרוק פון ייִדיש און געשאַפֿן אַ וואַריאַנט וואָס באַרײַכערט די העברעיִשע שפּראַך.
זײַט מוחל דעם װײַטערדיקן בײַשפּיל: „דרעקיות״. אַ פּראָפּאָ שפּראַך-באַנײַונג האָט אַן אַדוואָקאַטין, אין דער פּרעסטיזשפֿולער טעלעוויזיע-פּראָגראַם “טרעפֿונג מיט דער פּרעסע” זיך באַנוצט מיט אַ נעאָלאָגיזם, “דרעקיות” (“דרעקשאַפֿט”), לגבי — לויט איר מיינונג — אַ גאָר נעגאַטיווער געזעלשאַפֿטלעכער דערשײַנונג. דאָ האָט זי צונויפֿגעבונדן אַ ייִדיש וואָרט מיטן העברעיִשן סופֿיקס “יות”. טאַקע אַ דערפֿינדערישער בײַטראָג, נאָר בעסער זאָל עס בלײַבן ווי אַן איינמאָליקער אויסדרוק…
ווען אַ ייִדיש־רעדנדיקער ייִד לייענט די העברעיִשע פּרעסע, ווערט ער אָפֿט שאָקירט פֿונעם אָרטאָגראַפֿישן אומדרך־ארץ צום אויסלייג פֿון ייִדישע ווערטער וואָס די זשורנאַליסטן און רעדאַקטאָרן דערלויבן זיך. זעט אויס אַז די-אָ פּראָפֿעסיאָנעלע פּען-מענטשן האָבן עפּעס אַ סאַדיסטישע הנאה דערפֿון. זייער סאַבטעקסט איז: „ייִדיש האָט דאָך סײַ־װי ניט קיין גראַמאַטיק, האָט זי זיכער אויך ניט קיין אָרטאָגראַפֿיע און ווער רעדט פֿון אַ ווערטערבוך…״ דעריבער קאָן יעדער איינער שרײַבן, ווי עס גלוסט זיך.
צוויי בײַשפּילן: „נחת״ שרײַבט מען „נאחס״. די כּלומרשטדיקע באַרעכטיקונג פֿונעם העברעיִשן רעדאַקטאָר וועט זײַן אַז דער מחבר װיל אונטערשיידן צווישן העברעיִשן „נחת‟ (נאַכאַט) און דעם ייִדישן (נאַכעס). טאַקע אַ פּראָבלעם. פֿון דעסט װעגן דאַרף מען געפֿינען אַ בעסערע לייזונג ווי צו שרײַבן „נאחס״.
“…אשת ראש הממשלה נראתה אפעס לא הכי מבסוטה”, וואָס איז טײַטש “דעם פּרעמיער מיניסטערס פֿרוי האָט אויסגעזען עפּעס ניט אַזוי אײַ־אײַ־אײַ”. איז פֿונעם ייִדישן װאָרט „עפּעס״ געװאָרן „אפעס״. פֿון איין זײַט, זענען מיר, אוהבֿי־ייִדיש, גליקלעך וואָס אַזאַ נוצלעך וואָרט ווי “עפּעס”, סײַ מינדלעך סײַ שריפֿטלעך, דרינגט אַרײַן אין דער העברעיִשער שפּראַך. דאָס וואָרט איז אַזוי באַקוועם און עלאַסטיש אַז מ’קאָן אים לײַכט אַרײַנפֿלעכטן אין אַ סך זאַצן, ווען מ’ווייסט ניט גענוי וואָס צו זאָגן… קומט אַזאַ וואָרט און ראַטעוועט אַפֿילו דעם העברעיִשן זשורנאַליסט. אָבער זאָל מען עס כאָטש שרײַבן ריכטיק.
דער ייִדישער שרײַבער־פֿאַראיין אין ישׂראל האָט אין אַ בריוו זיך טאַקע געוואָנדן צו דער רעדאַקטאָרן-קאָמיסיע וווּ עס זענען פֿאַרטראָטן אַלע העברעיִשע צײַטונגען, פֿאָרלייגנדיק זײַן הילף וואָס שייך שאלות װעגן דער אָרטאָגראַפֿיע פֿון דער ייִדישער שפּראַך. געהאָלפֿן האָט עס ווי אַ טויטן באַנקעס. מ’קאָן יאָ זײַן טאָלעראַנט צו עמעצן, אַ פּריוואַטן מענטש, וואָס פּרוּווט צום ערשטן מאָל אין לעבן זיך אויסדריקן שריפֿטלעך אויף ייִדיש. די כּוונה איז אַ גוטע און קאָן שפּעטער דערפֿירן צו אַ פּאָזיטיווער אַנטוויקלונג. אַנדערש איז אָבער ווען ס’רעדט זיך וועגן אַ גוט איינגעפֿונדעוועטער פּרעסע-אינסטיטוציע וואָס קאָן זיך ניט דערלויבן אַזאַ מיאוסע, עם-הארצישע האַנדלונג.
ס’וועט ניט זײַן יושרדיק, אויב כ’וועל בײַ דער געלענגהייט כאָטש ניט דערמאָנען ווי ס׳זעט אויס דער מצבֿ פֿון דער ייִדישיסטישער פּערספּעקטיוו. אין די 1990ער יאָרן האָב איך געאַרבעט אין דער רעדאַקציע פֿון די “לעצטע נײַעס”. צאַנינען, דעם גרינדער און שעף-רעדאַקטאָר, האָט געהאַט פֿאַרטראָטן יצחק בראַט, זאָלן זיי ביידע האָבן אַ ליכטיקן גן-עדן. צוליב דעם וואָס די ייִדישע צײַטונג האָט געהערט צו אַ קאָמפּלעקס פֿון צײַטונגען אויף פֿאַרשיידענע שפּראַכן (דײַטש, רומעניש, אונגאַריש…) אונטערן שירעם פֿון דער אַרבעטס פּאַרטיי, פֿלעגט מען אָפֿט איבערזעצן פֿון דער צײַטונג “דבֿר” גאַנצע אַרטיקלען.
איז מיר אויסגעקומען צו פֿאַרגלײַכן דעם אָריגינעלן העברעיִש מיטן איבערגעזעצטן ייִדיש. אייגנטלעך איז ניט געווען וואָס צו פֿאַרגלײַכן. אויף ייִדיש האָט עס געקלונגען לײַכטער, דײַטלעכער און מער עלעגאַנט. ניט נאָר לגבי ייִדיש. דאָס איז לגבי פּראָזע ווי אויך לגבי דיכטונג. אין אַלגעמיין, ווער ס’האָט אַ מאָל פֿאַרגליכן די לידער פֿון אַ ייִדישער פּאָעטעסין איבערגעזעצט אויף העברעיִש און ענגליש האָט זיכער באַמערקט אַז אויף ענגליש קלינגט עס בעסער ווי אויף העברעיִש. וואָס וויל איך דערמיט אויסן? לויט מײַן באַשײדענער מיינונג, איז אין דער העברעיִשער שפּראַך פֿאַראַן עפּעס אַ שטײַפֿקייט, וועלכע שטערט די צווישן-פּערזענלעכע קאָמוניקאַציע. באַקומט זיך אַז אַ גוטע איבערזעצונג אויף אַנדערע שפּראַכן ווי ענגליש, שפּאַניש אָדער ייִדיש קאָן אָפֿט מאָל איבערשטײַגן דעם העברעיִשן אָריגינאַל… ס’קלינגט אפֿשר אַ ביסל ייִדיש-שאָוויניסטיש און לחלוטין בסתּירה צום באַקאַנטן ווערטל Traduzione traitore: איבערזעצונג איז אַ פֿאַרראַט. כּדי צו באַלאַנסירן מײַן ראַדיקאַלע מיינונג, וואָס קאָן אויסגעטײַטשט ווערן פֿאַר אַן אַנטי-העברעיִסטישער, וויל איך באַטאָנען, אַז דער מאָדערנער העברעיִש (אײַנגעוואָרצלט אויפֿן תּנ”כישן העברעיִש), האָט זײַנע אייגענע יחיד-במינודיקע מעלות, בעיקר דער צמצומדיקער כאַראַקטער פֿון דער שפּראַך. האָט עס פֿאָרט אַ טעם אַזאַ שפּראַכן-פֿאַרגלײַך? זיכער, ווײַל דאָס דערפֿירט צו אַ נענטערע באַקאַנטשאַפֿט מיט די צוויי לשונות.
בײַ דער געלעגנהייט וועט יושרדיק זײַן צו דערמאָנען מרדכי דוניצן, וועלכער האָט אין די 1980ער יאָרן געדינט ווי דער אינספּעקטאָר פֿאַרן ייִדיש-לימוד אין דערציִונגס-מיניסטעריום. גלײַכצײַטיק איז ער אין יענע יאָרן אויך געווען אַ פֿעיִקער קאָלומניסט אין “פֿאָרווערטס”. אַ דאַנק אים האָט מען אין כּמעט 50 פֿאָלקס- און מיטלשולן געלערנט ייִדיש. כּדי פּראָפּאַגאַנדירן די בשׂורה האָט מען צווישן די תּלמידים פֿאַרטיילט זשעטאָנען מיט דער אויפֿשריפֿט “אני גם אוהב ייִדיש”, ס’הייסט, איך האָב אויך ליב ייִדיש”. די אינספּיראַציע איז זיכער געקומען פֿון “I love New York” מיטן עמבלעם פֿון אַ האַרץ, אַנשטאָט ס’וואָרט “ליבע”. מיך האָט אַ ביסל געשטערט דער “אויך”. ס’האָט געקלונגען ווי “האָט ניט מורא, ישׂראלים, מיר זענען, חלילה, ניט קיין בונדיסטן. מיר זענען, ערשטנס, געטרײַ עברית, און אַלס צוגאָב קאָנען מיר זיך אַ ביסל שפּילן מיט ייִדיש”.
אַז מיר מערקן הײַנט אָפּ מענדעלע מוכר ספֿרימס 100סטן יאָרצײַט, קומט מיר אין זכּרון אַ סאַברע, אַ פֿאַרדינסטפֿולע, ייִדיש-ליבהאָבערין, וועלכע ציטירט בײַ יעדער געלעגנהייט, ווי אַ מאַנטראַ, מענדעלעס ווערטער “ייִדיש און העברעיִש זענען ווי מײַנע צוויי נאָזלעכער”. מ’קאָן ניט אָטעמען נאָר מיט איין שפּראַך. מיר נויטיקן זיך אין ביידע. וואָס בין איך אויסן? ביז איצט הערן מיר אַזוינס נאָר פֿון ייִדיש-ליבהאָבערס. דערווײַל באַגייען זיך די העברעער אָן ייִדיש, און מצד די ייִדישיסטן איז עס פֿאַקטיש אַן איינזײַטיקע ליבע… צום באַדויערן. ס’רוב ישׂראלים וועלכע באַנוצן זיך מיט אַ ייִדיש וואָרט ווייסן אָפֿט ניט און עס אַרט זיי ניט פֿון וואַנעט עס שטאַמט.
לגבי דעם נוצן ייִדישע ווערטער אין העברעיִש קאָן מען זאָגן “אַ ביסל און אַ ביסל ווערט נאָך אַ ביסל…” דעם פֿולן שיסל, צום באַדויערן, זעט מען נאָך נישט. די ייִדישע קולטור, ווי אַ גאַנצקייט, ליגט די ישׂראלים אין דער לינקער פּיאַטע. מ’איז פֿאַרנומען מיט אַנדערע זאַכן.
פֿון דעסט וועגן איז פֿאַראַן עפּעס אַ האָפֿענונג? יאָ. אָבער מ’טאָר זיך ניט מאַכן קיין אילוזיעס. ציטירן “די צוויי נאָזלעכער” וועט אַ סך ניט העלפֿן. די אוהבֿי־ייִדיש אין לאַנד דאַרפֿן פֿאַרקאַטשען די אַרבל און זיך נעמען צו דער אַרבעט. די פֿראַגע איז, צי ווילן זיי דאָס טאָן, צי נישט?
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.