[דאָס איז אַן אויסצוג פֿונעם בוך פֿאַרצייכענונגען אין קאָוונער געטאָ, „אַרבעטן פֿאַר די דײַטשן”, וואָס וועט דערשײַנען אין „ה. לייוויק־פֿאַרלאַג‟ אין 2018.
דער מחבר, מאיר יעלין, איז געבוירן געוואָרן אין ליטע אין 1910 און געשטאָרבן אין ישׂראל אין 2000. ער האָט פֿאַרענדיקט די קאָוונער העברעיִשע רעאַל־גימנאַזיע און אין 1933 — די טעכנישע הויכשול אין דאַרמשטאַדט, דײַטשלאַנד. דיפּלאָמירט אין קאָוונער אוניווערסיטעט און געאַרבעט ווי אַ בוי־אינזשינער. אָנטייל גענומען אין דער ווידערשטאַנד־באַוועגונג קעגן די נאַצי־הערשער, אין וועלכער זײַן ברודער חיים יעלין איז געשטאַנען בראש. עולה געווען אין 1973.
צווישן זײַנע ביכער „פּאַרטיזאַנער פֿון קאָוונער געטאָ”, „זייערע בליקן האָבן זיך באַגעגנט”, „בלוט און וואָפֿן”, „די מיראַזשן פֿון אַמאָק־לויפֿער אָסקאַר גריק” א״אַ. זײַנע ביכער זענען שוין איבערזעצט געוואָרן אויף העברעיִש, ליטוויש און רוסיש
— דניאל גלאַי]
הײַנט באַגינען האָט מיר אָפּגעגליקט. כ’בין אַרײַנגעפֿאַלן אין אַ בריגאַדע, וואָס ווערט געשיקט אויף צוואַנגאַרבעט אין אַן אָרט, וווּ מע קען ווי ניט איז איבערקומען דעם טאָג אָן שווערער האָרעוואַניע און דער עיקר — מ’קאָן דאָרט אײַנשאַפֿן זיך אַ ביסל עסוואַרג: אײַנקויפֿן אָדער אויסבײַטן עפּעס פֿון די געבליבענע בײַ אונדז זאַכן אויף אַ שטיקל ברויט, אַ ביסל קאַרטאָפֿל אָדער גרינגוואַרג.
און אָט שלעפּן מיר זיך שוין מיט מזל צוריק „אַהיים”, אין געטאָ, און אויף אונדזערע פּלייצעס עפּעס־וואָס. אין מײַן טאָרבע — אַ ביסל קאַרטאָפֿל און מערלעך. אויף דעם וואַרט מיט אומגעדולד מײַן הונגעריק הויזגעזינד. איצט זאָל נאָר געראָטן דורכצוגיין בשלום דעם קאָנטראָל בײַם געטאָ־טויער.
מיר זענען אין דער בריגאַדע איבער הונדערט מענער. כּמעט אַלע מיט עפּעס באַלאָדן. אַלע האָפֿן מיר, אַז פּונקט ווי נעכטן, ווי אייערנעכטן, וועט די דײַטשע טויערוואַך אויך הײַנט „קוקן דורך די פֿינגער”, וועט אונדז דורכלאָזן מיט די פּעקלעך, און אונדזערע משפּחות וועלן עטלעכע טעג האָבן מיט וואָס אונטערצוהאַלטן די נשמה.
מיד פֿונעם היפּשן מהלך און פון טראָגן אויף זיך די נײַ־וואַריִיִרטע „ייִדישע טאָרבע”, דערנענטערן מיר זיך צום געטאָ־טויער. מיר זעען פֿון דער ווײַטנס, אַז דאָרטן איז רויִק. עטלעכע דײַטשן דרייען זיך פֿויל אַרום און וועלן אַוודאי זיך פֿוילן אַ קוק צו טאָן, וואָס מיר טראָגן. (פּוטער, שפּעק, וווּרשט, פֿיש — זאָל גאָט אָפּהיטן!).
ערשט איצט באַמערקן מיר, אַז אַ לויטערער פֿריהאַרבסטיקער פֿאַרנאַכט האָט אַרויפֿגעלייגט אַ וואַרעמען בראָנדזענעם שטעמפּל אויף דער וועלט — אויף די שטיבלעך פֿון דער אַרומגעצוימטער געטאָ מיט שטעכלדראָט, אויף די מענטשן. עס גייט אַזש אָפּ די פֿאַרפֿרוירענע נשמה.
— ייִדן, הײַנט איז ערבֿ ראש-השנה, — טוט עמעצער פּלוצעם אַ זאָג אין דער קאָלאָנע. — אַזאַ שיינער ראָש-השנה… תּש”א 1941… דער ערשטער אין קאָוונער געטאָ…
צו שפּעט האָט ער געזאָגט, עס זאָל קענען אַרויסרופֿן אומרו אָדער חשדים, כאָטש מיר האָבן שוין געהערט, אַז אין פּוילן, וווּ זיי בושעווען שוין צוויי יאָר, גרייטן צו די נאַציס דווקא צו די ייִדישע יום־טובֿים „סורפּריזן” פֿאַר די פֿאַרשפּאַרטע אין זייערע געטאָס. פֿאַרגעסן אין דעם, טראַכט יעדער איינער וועגן איין ענין: ווי כאַפּט מען זיך אַרײַן אין געטאָ מיטן „פּעקעלע”?
די מענטשן פֿון די פֿאָדערשטע רייען זענען בשלום אַדורך דעם טויער. ערשט וואָס איז געשען? וואָס? — פֿרעגן די אַרומיקע.
און איך כליפּע, ס’פּנים באַגראָבן אין די דלאָניעס.
כ’האָב געקענט זײַן דער מאַנצביל, וואָס איז אומגעלומפּערט געפֿאַלן אַ טויטער אויפֿן ברוק לעבן זײַן אויסגעשאָטן זעקל קאַרטאָפֿל, און איך האָב געבראַכט קאַרטאָפֿל פֿאַר מײַן משפּחה. כ’האָב געקענט זײַן דאָס יאַטל, וואָס האָט קניִענדיק געבעטן רחמים, און איך האָב אויסגעמיטן דעם נסיון…
און ווידער: צי וואָלט איך געפֿאַלן אויף די קני?
די, וואָס האָבן זיך דורכגעריסן דורכן טויער, האָבן ניט „שטראַם” געמאַרשירט, ווי דער דײַטש האָט געפֿאָדערט…
דעם זעלביקן ראָש־השנה-אָוונט האָט איבער דער געטאָ זיך פֿאַרשפּרייט די ידיעה, אַז אַ בחורל, פֿאַרוווּנדיקט אין אַ פֿוס בעת דער שיסערײַ בײַם געטאָ-טויער, האָט ניט געקענט זיך אויפֿשטעלן. האָבן די דײַטשן באַפֿוילן אויסגראָבן בײַם זאַמדיקן ראַנד פֿון פּלאַץ אַ גרוב, אין וועלכן זיי האָבן געצוווּנגען די ייִדן פֿאַרשיטן אין איר דעם פֿאַרוווּנדיקטן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.