שוין עטלעכע יאָר אַרבעטן דוד מאַנדעלבאַום, דער דירעקטאָר פֿונעם ”נײַעם ייִדישן רעפּערטואַר־טעאַטער“ און זײַן אָפֿטער מיטאַרבעטער, דער רעזשיסאָר און לאַנגיאָריקער וועטאַראַן פֿון דער ייִדישער און רומענישער בינע משה יאַסור, אויף גאָר אַ שווערער עובֿדה. די צוויי אומדערמידלעכע בינע־קינסטלער פּרובירן ניט מער און ניט ווייניקער ווי צו רעקרוטירן און טרענירן אַ גרופּע יונגע ייִדיש־רעדנדיקע אַקטיאָרן, זיי זאָלן קענען צוזאַמענשפּילן ווי אַ געראָטענע טרופּע.
מער ווי אין אַלע פֿריִערדיקע פּראָדוקציעס פֿונעם ”ניו־ייִדיש־רעפּ“ האָב איך געפֿילט בײַם קוקן די נײַע ייִדישע פֿאָרשטעלונג פֿון עזשען יאָנעסקוס דראַמע ”נאָזהאָרן“ אַז ס׳איז זיי טאַקע געלונגען. מע זעט אין איר דעם קערן פֿון אַ טרופּע אַקטיאָרן, וואָס רעדן אַ נאַטירלעכן ייִדיש און קענען שפּילן צוזאַמען אויף אַ פּראָפֿעסיאָנעלן ניוואָ. אין דער זעלביקער צײַט איז די פּיעסע אַליין אָבער, ווי אַ ליטעראַריש ווערק, די שוואַכסטע וואָס די ”ניו־ייִדיש־רעפּ“ האָט אַמאָל פֿאָרגעשטעלט.
דער דראַמאַטורג און פּאָעט עזשען יאָנעסקו איז אויפֿגעוואַקסן אין רומעניע בײַ אַ קריסטלעכער משפּחה מיט ספֿרדיש־ייִדישע וואָרצלען. אַזוי ווי דער אירלענדישער דראַמאַטורג סעמיועל בעקעט, וועמענס ”וואַרטן אויף גאָדאָ“ דער ”ניו־ייִדיש־רעפּ“ האָט פֿאָרגעשטעלט מיט עטלעכע יאָר צוריק, האָט יאָנעסקו ערשט אָנגעהויבן צו שרײַבן פּיעסעס שפּעט אין לעבן, אין זײַנע 40ער. אויך ווי בעקעט האָט יאָנעסקו אַדאָפּטירט פֿראַנצויזיש ווי די שפּראַך פֿון זײַנע ווערק און געשריבן אַ סך פֿון זיי אין אַ סוררעאַליסטישן סטיל פֿאַרבונדן מיטן פֿראַנצויזישן אַוואַנגאַרד, באַקאַנט ווי ”דער טעאַטער פֿונעם אַבסורד“.
אַ לעבנס־לאַנגער קעגנער פֿונעם פֿאַשיזם, איז יונעסקאָ, ערבֿ דער צווייטער וועלט־מלחמה אַנטלאָפֿן צוליבן אויפֿקום פֿון דער רומענישער נאַציאָנאַליסטישער באַוועגונג, די ”אײַזערנע גוואַרדיע“, און אָנגעקומען קיין פֿראַנקרײַך. דאָרטן האָט ער ווידער געדאַרפֿט אַנטלויפֿן, דאָס מאָל פֿונעם ווישי־רעזשים, וואָס האָט איבערנומען פּאַריז. זײַנע גרויליקע איבערלעבונגען מיטן פֿאַשיזם ווערן מעטאַפֿאָריש אָפּגעשפּיגלט אין ”נאָזהאָרן“, אין וועלכן דער אויפֿקום פֿון אַ טאָטאַליטאַרן רעזשים ווערט געשילדערט ווי אַ מיסטעריעזע עפּידעמיע, אין וועלכער די אײַנוווינער פֿון אַ פֿראַנצויזישן דאָרף פֿאַרוואַנדלען זיך אין נאָזהאָרנס.
בײַם בראשית פֿון דער מגפֿה, וואָס הייבט זיך אָן מיט אַ נאָזהאָרן וואָס גאַלאָפּירט דורך דער הויפּט־גאַס, אומברעגענדיק דערבײַ אַ קעצל, פֿאַרשטייען ניט די אײַנוווינער וואָס קומט פֿאָר. ”דער לאָגיקער“ (לייזער בורקאָ אין אַ פּערפֿעקט־צוגעפּאַסטער ראָלע) האַלט אין איין פּרובירן צו באַשטעטיקן צי דער נאָזהאָרן איז אַן אַפֿריקאַנער, צי אַן אַזיאַטישער (אַ סאַטירע פֿונעם כּמו־אינטעלעקטועלן ראַסיזם פֿון די 1950ער יאָרן) בעת זײַן חבֿר, ”דער דזשענטלמאַן“ (געשפּילט דורכן באַקאַנטן ישׂראלדיקן אַקטיאָר געראַ סאַנדלער) האַלט אין איין באַוווּנדערן דעם לאָגיקערס ”קלוגשאַפֿט“. די אַנדערע עדות אויפֿן מאָדנעם אינצידענט האָבן אָבער פּשוט מורא און ווייסן ניט וואָס צו טראַכטן.
שפּעטער, ווען מע פֿאַרשטייט שוין אַז די נאָזהאָרנס זענען פֿאַקטיש גילגולים פֿון די מענטשן אינעם דאָרף און אַז מע קען אַליין באַשליסן צי מע וויל יאָ צי נישט זיך אָנצושליסן אין זייערע רייען, הייבן אָן צו ביסלעך אַלע אײַנוווינער זיך צו פֿאַרוואַנדלען אין די חיות. דער לאָגיקער קומט צום אויספֿיר אַז ס׳איז דער לאָגישסטער באַשלוס. אַנדערע לאָזן זיך מגלגול ווערן ווײַל אַזוי האָבן געטאָן זייערע חבֿרים אָדער זיווגים. אַנדערע האָבן פּשוט ליב דעם האַרט־גרינעם הויט פֿון די אויפֿגערעגטע פּאַקאַדערמען.
בײַם סוף פֿון דער פּיעסע איז בערענדזשער (לוזער טווערסקי), אַ רעפּאָרטער אין דער אָרטיקער צײַטונג, דער איינציקער וואָס בלײַבט אַ מענטש. ניט געקוקט אויף דעם וואָס זײַנע קאָלעגן און חבֿרים האַלטן אים פֿאַר אַ שיכּורן חמור, איז דווקא ער דער איינציקער וואָס איז מצליח קעגנצושטעלן דעם נסיון און ניט צו פֿאַלן אַ קרבן פֿונעם אַזוי־גערופֿענעם ”נאָזהאָרניטיס“.
פֿון טווערסקיס אויסגעצייכנטן שפּילן, הייבט מען אָבער אָן צו פֿילן, אַז זײַן בערענדזשער איז ניט מסוגל צו בלײַבן אַ מענטש אַ דאַנק עפּעס אַ ספּעציעלן אינערלעכן כּוח, נאָר דווקא צוליב דעם וואָס ער האַלט אין איין וואַקלען זיך און קען קיינמאָל ניט באַשליסן וואָס ער וויל טאָן. אין די אויפֿגעשוידערטע אויגן פֿון טווערסקיס בערענדזשער זעט מען אין זײַן בולטסטן פֿאָרעם עזשען יאָנעסקוס קריטיק פֿון דער אייראָפּעיִשער ציוויליזאַציע. אַזוי ווי יאָנעסקו האָט אַליין געזען אין רומעניע און פֿראַנקרײַך, ווערן אַלע מינים מענטשן פֿון דער געזעלשאַפֿט פֿאַרפֿירט דורכן פֿאַשיזם און די מינדערהייט וואָס איז ניט אָנגעשטעקט געוואָרן מיט דער קרענק איז צוליב איר אייגענער אומבאַשלאָסנקייט הילפֿלאָז זיך אַנטקעגנצושטעלן.
ווען די פּיעסע ענדיקט זיך מיט בערענדזשערס באַרימטע אומבאַהאָלפֿענע געשרײען — ”איך וועל ניט קאַפּיטולירן!“ — בעת עס רינגלען זיך אַרום אים די נאָזהאָרנס וואָס זענען מיט עטלעכע חדשים צוריק געווען זײַנע חבֿרים און קאָלעגעס, זעט מען גלײַך, אַז ער וועט אין גיכן זיך יאָ אונטערגעבן.
כאָטש דער הויפּט־מעטאַפֿאָר פֿון דער פּיעסע איז אין 1959 געווען נאָוואַטאָריש, זעט עס הײַנט אויס אויסגעשפּילט. דער פֿאַרגלײַך פֿון אַ טאָטאַליטאַרער געזעלשאַפֿט צו אַן עפּעדעמיע וואָס פֿאַרוואַנדלט מענטשן אין חיות איז הײַנט אַזוי ברייט באַקאַנט, אַז ס׳איז געוואָרן אַן אייגענער זשאַנער פֿון דער פּאָפּולערער קולטור. דאָס זעט מען אין די לעצטע מאָמענטן פֿון דער איצטיקער פֿאָרשטעלונג ווען די נאָזהאָרנס וואָס רינגלען זיך אַרום בערענדזשער זעען אויס גאַנץ ענלעך צו די ”זאָמביס“, וואָס באַווײַזן זיך טאָג אײַן טאָג אויס אויף דער טעלעוויזיע.
ס׳איז קלאָר אַז דער ”ניו־ייִדיש־רעפּ“ האָט געוואָלט מיט דעם ווערק צוגעבן אַ פּירוש אויף די פֿאַשיסטישע טענדענצן פֿון דער טראָמפּ־אַדמיניסטראַציע און אויף דעם אָפּרוף פֿון דער צעשפּאָלטענער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט צו טראָמפּ בכלל. די דאָזיקע פּיעסע, מיט זײַנע שוואַך־אַנטוויקלטע פּערסאָנאַזשן, וואָס זענען ניט מער ווי סטערעאָטיפּן וואָס רעדן אין קלישעען, איז אָבער ניט בכּוח אונדז אויסצולערנען עפּעס וועגן דער הײַנטיקער אַמעריקע מיט אירע ”מימס“, ”פֿאַלשע נײַעס“ און כּסדרדיקע דערנידערונג פֿון די דעמאָקראַטישע נאָרמעס.
ניט געקוקט אויף די שוואַכקייטן פֿון דער פּיעסע אַליין, איז פֿאָרט כּדאַי אַז דער ייִדיש־רעדנדיקער עולם זאָל גיין זען די דאָזיקע פּראָדוקציע. קודם איז די איבערזעצונג פֿון אלי ראָזען אַ גלענצנדיקע. רײַך, אידיאָמאַטיש און שאַרף, קען מען אין איר הערן סײַ די בינע־שפּראַך פֿון אַזעלכע מײַסטערס ווי שלום אַש און פּרץ הירשביין, סײַ די לשון־קודשדיקע פֿראַזעס וואָס ראָזען האָט זיך אויסגעלערנט אין זײַן חסידישער יוגנט. אַזוי ווי שיין בייקערס ייִדישן נוסח פֿון בעקעטס ”וואַרטן אויף גאָדאָ“, איז די איבערזעצונג אַ מײַלשטיין אין דער הײַנטצײַטיקער ייִדישער ליטעראַטור. זי טראָגט אין זיך אַן עכטן ייִדישן טעם אָבער קלינגט פֿאָרט ניט־איבערגעטריבן אין אַ פּיעסע וווּ קיינער פֿון די העלדן זענען נישט קיין ייִדן.
ווי דערמאָנט, זענען די אַקטיאָרן וווּנדערלעך, סײַ אין זייערע אייגענע אויפֿטריטן, סײַ ווי אַן אַנסאַמבל. עס שאַט אויך ניט וואָס להיפּוך צו ס׳רובֿ ייִדישע טעאַטערס קען מען בײַ זיי פֿאַרשטיין יעדעס וואָרט. אַחוצן אויסערגעוויינטלעכן אויפֿטריט פֿון לוזער טווערסקי איז ספּעציעל כּדאַי צו דערמאָנען מלכּי גאָלדמאַנס שטילע אָבער עמאָציאָנעל־שטאַרקע ”דייזי“, און אלי ראָזענס שילדערונג פֿונעם אויסגעבלאָזענעם רעפּאָרטער, דשאָן.
אַזוי ווי די פּראָדוקציעס פֿון ”וואַרטן אויף גאָדאָ“ און ”טויט פֿון אַ סיילסמאַן“, געניסט ”נאָזהאָרן“ פֿון אַ סך קנייטשן, וואָס עס האָט איר צוגעגעבן דער טאַלאַנטירטער רעזשיסאָר משה יאַסור. אַ מײַסטער פֿונעם מינימאַליזם, ווייסט יאַסור ווי אַזוי אויסצוניצן שמאָלע ערטער אויף דער בינע, דער עולם זאָל בעסער קענען פֿאַרשטיין די געפֿילן פֿון די העלדן. זײַנע גוט־אויספּלאַנירטע, אָנגעפּאַקטע דעקאָראַציעס גיבן צו צו דער פּראָדוקציע אַ געפֿיל פֿון קלאַוסטראָפֿאָביע, וואָס שטימט גוט מיטן וואַקסנדיקן אומעט פֿון די העלדן.
אויסגעצייכנט זענען אויך געווען די רעקאָרדירטע קלאַנגען, צונויפֿגעשטעלט פֿון דזשעסי פֿרידמאַן. די גאַלאָפּן און געברומען פֿון די נאָזהאָרנס פֿאַרוואַנדלען זיך באַלד אינעם וואָרטשען פֿון אַ פֿאַשיסטישן געדראַנג. אַזוי ווי בײַ די בעסטע שוידער־פֿילמען, זענען די מוראדיקסטע זאַכן אין אָט דער פּראָדוקציע דווקא די, וואָס מע זעט ניט.
בקיצור, מע קען אין דער איצטיקער פֿאָרשטעלונג זען די צוקונפֿט פֿונעם ייִדיש־שפּראַכיקן טעאַטער אין ניו־יאָרק. האָפֿנטלעך וועט דער ”ניו־ייִדיש־רעפּ“ דאָס קומענדיקע מאָל אויסקלײַבן אַ פּיעסע, וואָס איז בעסער צוגעפּאַסט צו זײַנע פֿעיִקייטן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.