(די 2 טע זײַט פֿון 3)
אין אונדזער פּרשה, זאָגט משה רבינו פֿאָרויס, אַז דער אייבערשטער וועט אויסבאַהאַלטן זײַן פּנים פֿון דער וועלט צוליב די זינד פֿון ייִדן, און וועט אויף זיי אָנשיקן שרעקלעכע צרות און דעם ביטערן גלות. ווײַטער האָט ער אָבער צוגעזאָגט, אַז ווען ייִדן וועלן תּשובֿה טאָן, וועלן די צרות פֿאַלן אויף זייערע שׂונאים. מע קען פֿרעגן די זעלבע קשיא: פֿאַרוואָס איז די וועלט בכלל באַשאַפֿן געוואָרן אויף אַזאַ אופֿן, מיט גלות און שׂונאים? צווישן אַלע פּרשיות אין דער תּורה, איז די הײַנטיקע סדרה, מסתּמא, די סאַמע פּאָעטישע. אין דער ספֿר־תּורה ווערט זי פֿאַרשריבן אויף אַ באַזונדערס שיינעם אופֿן, מיט יעדן פּסוק אין דער שירה צעשפּאָלטן אויף צוויי גלײַכע טיילן, דווקא ווי אַ ליד. עס באַקומט זיך פּאַראַדאָקסיש, אַז דער שענסטער טייל פֿון דער תּורה זאָגט פֿאָרויס צרות, גלות און שטראָפֿן.
די אַנדערע צוויי בפֿירוש פּאָעטישע פֿראַגמענטן אינעם חומש, די שירת־הים אין דער פּרשת־בשלח און די קורצע שירת־הבאר אין פּרשת־חוקת, זענען אָנגעשריבן אין אַ גרינגער שפּראַך. להיפּוך, איז אונדזער פּרשה אָנגעשריבן אויף אַ באַזונדערס שווערער שפּראַך, פֿול מיט אומגעוויינטלעכע ווערטער און אויסדרוקן. אין זײַן קלאַסישן ספֿר „קדושת לוי‟, איז רבי לוי־יצחק באַרדיטשעווער מסביר, אַז פֿאַר זײַן פּטירה האָט משה רבינו אויף אַ ווײַל פֿאַרלוירן זײַן מדרגה פֿון „אַספּקלריא המאירה‟, די פֿעיִקייט פֿון אַנטפּלעקן די נבֿואות מיט קלאָרע ווערטער. דעריבער, האָט ער געזאָגט זײַן שירה פֿאַר דער פּטירה אויף אַ סודותפֿולן שטייגער.
ווי מיר האָבן שוין באַהאַנדלט אין די פֿריִערדיקע פּרשיות, איז משה רבינו געווען אַ געטלעכער מענטש. הגם ער איז ניפֿטר געוואָרן בגשמיות, איז ער ברוחניות געבליבן לעבן. אַדרבה, זײַן פֿיזישער טויט איז געווען אַ גײַסטיקע טראַנספֿאָרמאַציע, אַן אַרויפֿגאַנג אויף אַ העכערער מדרגה, ווען ער האָט זיך פֿאַרוואַנדלט פֿון אַ געוויינטלעכן בשׂר־ודם אינעם קאָלעקטיוון לעבנס־כּוח פֿון אַלע ייִדן. אויב אַזוי קאָן מען נישט אָפּטײַטשן רבי לוי־יצחקס ווערטער בפּשטות. עס קאָן זײַן, אַז אויבערפֿלעכלעך האָט ער פֿאַרלוירן זײַן הויכע נבֿיאישע מדרגה און איז געפֿאַלן; פֿונעם רוחניותדיקן קוקווינקל, איז אָבער זײַן „מפּלה‟ געווען דווקא אַ סימן פֿון אַ נײַעם, העכערן, שטאַפּל פֿונעם לעבן.
מע דערציילט אַן ענלעכע מעשׂה וועגן רבי נחמן בראַצלעווער און דעם ערשטן בעלזער רבין, שלום רוקח, דער „שׂר־שלום‟. אַן אַפּיקורס איז געקומען צו די דאָזיקע צדיקים און אָנגעהויבן טענהן, אַז ער האָט פֿאַרלוירן זײַן אמונה, ווײַל ער פֿאַרשטייט נישט פֿאַרוואָס דער באַשעפֿער וואָלט באַשאַפֿן אַזוי פֿיל שטערן אין הימל? מע ווייסט דאָך, אַז די גאַנצע וועלט איז באַשאַפֿן געוואָרן צוליב דעם מענטש. אויב אַזוי, באַקומט זיך, אַז דער ריזיקער אוניווערס אַרום אונדזער פּלאַנעט האָט נישט קיין זין.
די צדיקים האָבן געענפֿערט אויף דער דאָזיקער קשיא, אַז ווען זיי וואָלטן פֿאַרשטאַנען אַלץ אינעם לעבן, וואָלטן זיי נישט געוואָלט דינען דעם רבונו־של־עולם בכלל. דאָס געטלעכע ליכט אַנטפּלעקט זיך, ווען מע דערגרייכט די השׂגה פֿונעם נישט־וויסן – ווען מע ווייסט, אַז נישט געקוקט אויף אַלע פֿריִערדיקע השׂגות, ווייסן מיר נאָך אַלץ גאָרנישט. די אמתע רוחניותדיקע השׂגה קומט ווי אַ בליץ פֿון אויבן, העכער פֿון די געוויינטלעכע ווערטער און השׂגות. רבי נחמן האָט באַטאָנט, אַז אַפֿילו פֿאַר זיך איז דער מענטש נישט בכּוח אויסצודריקן און אַפֿילו זיך דערמאָנען זײַנע פֿריִערדיקע גײַסטיקע דערפֿאַרונגען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.