דעם האַרבסט וועלן די ראַדיאָ־צוהערער אין סיינט־פּאַול, מינעסאָטאַ, קענען הערן יעדן מאָנטיק אויף דער נאַכט עפּעס אומדערוואַרטס — אַ פּראָגראַם אויף מאַמע־לשון.
די פּראָגראַם ”שונד“, וואָס וועט טראַנסמיטירט ווערן פֿון עלף ביז צוועלף אַזייגער בײַנאַכט, פֿירט אָן רובי עליאָט צוקערמאַן, אַ סטודענטקע אינעם אָרטיקן ”מאַקאַלעסטער־קאַלעדזש“, וואָס האָט זיך געלערנט ייִדיש בײַם ”ייִדישן ביכער־צענטער“ אין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס.
בעת אַ שמועס מיטן ”פֿאָרווערטס“ דורך פֿייסבוק, האָט צוקערמאַן דערקלערט, אַז ס׳איז איר געווען וויכטיק אַז עס זאָל זײַן אַ ייִדיש־שפּראַכיקע ראַדיאָ־פּראָגראַם, וואָס ווערט טראַנסמיטירט דורך אַ קאָלעדזש־ראַדיאָ־סטאַנציע. פֿאַקטיש איז ”שונד“ די איין־און־איינציקע פּראָגראַם אַזאַ אויף דער וועלט. אין דער פּראָגראַם וועט זי שפּילן פֿאַרשידענע מינים מוזיק אויף ייִדיש, ענגליש און אַנדערע שפּראַכן, אָבער רעדן וועגן אירע מוזיקאַלישע נומערן וועט זי בלויז אויף ייִדיש.
”איך וויל אַז די פּראָגראַם זאָל אַרײַננעמען די פֿאַרשידנאַרטיקע לידער וואָס איך הער זיך אַליין צו ווי אַ קאַלעדזש־סטודענט,“ האָט זי דערקלערט. „אָבער אַחוץ דעם וועט עס מיר גיבן אַ געלעגנהייט אויסצוטײַטשטן די לידער און צו דערציילן וועגן מײַנע איבערלעבונגען אויף ייִדיש.‟
וואָס שייך איר פּובליקום, האָפֿט צוקערמאַן, אַז עס וועלן זיך צוהערן צו איר פּראָגראַם סײַ ייִדיש־רעדנדיקע פֿון אַרום דער וועלט דורך דער אינטערנעץ, סײַ ”דער דורכשניטלעכער סיינט־פּאָולער אײַנוווינער, וואָס וואָלט אפֿשר געווען פֿאַרחידושט צו הערן ווי עס קומט אַרויס פֿון זײַנע הילכערס אַ ייִדיש וואָרט.“
דערווײַל קען מען ”שונד“ הערן בלויז דורך דער וועבזײַט פֿון דער ”מאַקאַלעסטער־קאַלעדזש־ראַדיאָ־סטאַנציע WMCN. צוקערמאַן האָפֿט אויך באַלד צו פֿאַרשפּרייטן ”שונד“ ווי אַ פּאָדקאַסט.
עס קומט צורערמאַן אַ גרויסן ישר־כּוח, וואָס אַ דאַנק איר איניציאַטיוו קען מען איצט במשך פֿון דער וואָך הערן מער ייִדיש אויפֿן ראַדיאָ אין מינעסאָטע ווי אין גאַנץ מדינת־ישׁראל. לאָמיר האָפֿן, אַז איר פּראָיעקט וועט אינספּירירן אַנדערע סטודענטן צו שאַפֿן זייערע אייגענע ייִדיש־שפּראַכיקע פּראָגראַמען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.