הײַיאָר פֿאַלט אױס אונדזער הייליקסטער יום־טובֿ, יום־כּיפּור, שבת. אַנטשאָט דער געוויינטלעכער וואָך־פּרשה לייענען מיר דעם פֿראַגמענט פֿונעם חומש „ויקראָ‟, וווּ עס גייט אַ רייד וועגן דעם שׂעיר־לעזאָזל - דעם באָק, וואָס מע פֿלעגט אומברענגען ווי אַ כּפּרה פֿאַר אַלע ייִדן.
אין דער תּקופֿה פֿונעם צווייטן בית־המיקדש האָט מען באַשלאָסן דאָס מער נישט צו טאָן. אַפֿילו אין דער צײַט, ווען מע האָט זיכער געמעגט מקיים זײַן די דאָזיקע מיצווה, האָבן אונדזערע חכמים געפּסקנט, אַז למעשׂה איז נישט כּדאַי אויסצופֿירן.
אין דער תּורה זענען פֿאַראַן אַ גאַנצע ריי אַנדערע מיצוות, וואָס זענען אַקטועל אין טעאָריע, אָבער זענען אין אַלגעמיין אומגעוווּנטשן. צו גטן אַ פֿרוי איז, אין געוויסע ספּעציפֿישע פֿאַלן פֿון אומצופֿרידענע משפּחות, אַ מיצווה מדאורייתא; יעדעס מאָל, ווען אַ פּאָרפֿאָלק ווערט צעשיידט, וויינט צוליב דעם, כּבֿיכול, די הייליקע שכינה אַליין. ס׳איז אויך אַ מיצווה צו הרגענען אַ מענטש וואָס האָט געטאָן געוויסע עבֿירות. רבי עקיבֿא האָט אָבער באַטאָנט, אַז אויב ער וואָלט געווען איינער פֿון די דיינים אינעם סנהדרין, וואָלט ער קיינמאָל נישט געלאָזט אומברענגען אַ מענטש אַפֿילו פֿאַר די ערגסטע חטאָים. ס׳איז כּדאַי צו דערמאָנען, אַז רבי עקיבֿא איז נישט געווען אַ פּאַציפֿיסט. אַדרבה, ער איז אַ געווען אַ גרויסער שטיצער פֿון בר־כּוכבאס אויפֿשטאַנד קעגן די רוימער און געטראָגן דאָס געווער פֿון בר־כּוכבא, כּל־זמן ער האָט געגלייבט, אַז דער דאָזיקער פּערסאָנאַזש קאָן זײַן דער אמתער משיח. פֿון דעסט וועגן, האָט רבי עקיבֿא אויך געגלייבט, אַז פֿאַר די עבֿירות צווישן דעם מענטש און דעם רבונו־של־עולם איז בעסער צו לאָזן דעם בעל־עבֿירות צו רו. דער באַשעפֿער אַליין קאָן באַשליסן, וואָס צו טאָן מיט אים.
אין דער גאַנצער וועלט איז דער שׂעיר־לעזאָזל (scapegoat) געוואָרן אַ סימבאָל פֿון אַן אומשולדיקן קרבן. דער פּאַראַדאָקס פֿון דער דאָזיקער מיצווה באַשטייט אָבער אין דעם, וואָס דער כּהן־גדול האָט עס געדאַרפֿט אָפּגעבן צו דער סיטרא־אַחרא, כּדי זי זאָל אָנגעזעטיקט ווערן און זיך מער נישט טשעפּען צו מענטשן. אויפֿן ערשטן בליק קלינגט עס, חלילה־וחס, ווי אַ קרבן צום שׂטן, וואָס מע פֿלעגט ברענגען אינמיטן דעם הייליקסטן טאָג אינעם ייִדישן לוח.
דער רמב״ן און אַנדערע קלאַסישע מפֿרשים האַלטן, אַז ווי באַלד דער אייבערשטער אַליין האָט געהייסן דאָס טאָן, איז עס נישט קיין קרבן פֿאַר אַן עבֿודה־זרה. אויף אַן ענלעכן אופֿן, אויב מע גיט אַ ביין צו אַ בייזן ווילדן הונט, ער זאָל נישט בײַסן, מיינט עס נישט, חלילה, אַז מע גיט דעם הונט אָפּ אַ ספּעציעלן כּבֿוד. פֿון דעסט וועגן, האָבן די חכמים באַשלאָסן, אַז ס׳איז בעסער אויסצומײַדן די דאָזיקע מיצווה, צוליב מעגלעכע אויסטערלישע כּוונות און קאָנאָטאַציעס.
בײַם אָנהייבן פֿון אונדזער תּורה־לייענען, ווערט דערמאָנט דער טראַגישער טויט פֿון אַהרן־הכּהנס צוויי זין, נדבֿ און אַבֿיהוא, וועלכע האָבן געבראַכט „אַ פֿרעמד פֿײַער‟ אינעם משכּן, און זענען צוליב דעם אומגעקומען. אַן אַנדער פֿײַער איז אַראָפּ פֿונעם הימל און האָט זיי פֿאַרברענט. על־פּי חסידות, זענען נדבֿ און אַבֿיהוא געווען גרויסע צדיקים, וואָס האָבן בכּיוון פֿאַרלאָזט די גשמיותדיקע וועלט. צו באַגיין אַ זעלבסטמאָרד איז, אַוודאי, אַ גרויסע עבֿירה. אַהרנס זין האָבן אָבער אַרויסגערופֿן דאָס הימלישע פֿײַער אויף אַן אומדירעקטן מיסטישן אופֿן, כּדי צו דערגרייכן דאָס גרעסטע דבֿקות. געוויסע פֿילאָסאָפֿן פֿאַרגלײַכן אַזאַ מין צדיקים מיט אַ פֿלאַטערל, וואָס פֿליט אינמיטן דער נאַכט צום ליכט און ווערט פֿאַרברענט אינעם פֿײַער. נדבֿ און אַבֿיהוא האָבן זיך אַזוי טיף פֿאַראייניקט מיטן געטלעכן ליכט, אַז אינעם מאָמענט פֿון זייער פּטירה זענען זיי אַליין געוואָרן אַ שטיק פֿײַער.
הגם נדבֿ און אַבֿיהוא זענען טאַקע געווען צדיקים, הייסט אונדז די תּורה זיי נישט נאָכצומאַכן. אויף אַן ענלעכן אופֿן, זענען אין דער תּורה פֿאַראַן אַ ריי מיצוות, אַרײַנגערעכנט דעם שׂעיר־לעזאָזל, וואָס מיר לערנען פֿון זיי אָפּ אַ וויכטיקן לימוד און קאָנען זיי מקיים זײַן ברוחניות, אָבער למעשׂה זענען זיי בטל געוואָרן. אַזעלכע מיצוות דערמאָנען אונדז, אַז דער אמתער תּוכן פֿון דער תּורה איז רוחניות. הגם אַ סך מיצוות זענען באַקליידט אין קאָנקרעטע הלכות אָדער גשמיותדיקע תּשמישי־קדושה, זייער גענוי און פּרטימדיק באַשריבן אינעם שולחן־ערוך, זענען זיי מרמז אויף רוחניותדיקע ענינים און דינען ווי אַ בריק צווישן אונדזער גראָבער גשמיותדיקער וועלט און דעם געטלעכן ליכט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.