פּראָפֿעסאָר וואַלטער זאבֿ פֿעלדמאַן, אַ באַקאַנטער פֿאָרשער פֿון טערקישער און ייִדישער מוזיק און אַ געניאַלער טענצער, האָט הײַיאָר באַזוכט יאַפּאַן מיט זײַן פֿרױ, פּראָפֿעסאָרין יהודית פֿריגישי. כאָטש דער וויזיט איז פֿאָרגעקומען אין מײַ האָבן זיי געמאַכט אַ טיפֿן אײַנדרוק אויפֿן יאַפּאַנישן עולם מיט זײערע לעקציעס און פֿאָרשטעלונגען.
ד״ר פֿריגישי איז אַ שרײַבערין, אַ קינסטלערין און אַ פּראָפֿעסאָרין אין בר־אילן־אוניווערסיטעט אין ישׂראל.
דאָס פּאָרל האָט רעפֿערירט אויף אַ סימפּאָזיום אין מײדזשיגאַקוּין (Meiji Gakuin) אוניווערסיטעט אין טאָקיאָ אויף דער טעמע „ייִדישע מוזיק, טענץ און תּפֿילות‟. מער װי 60 מענטשן זענען געווען אין זאַל. זיי האָבן גערעדט אויף ענגליש און מען האָט זיי איבערגעזעצט אויף יאַפּאַניש. דער עולם האָט זיך צוגעהערט מיט גרויס אינטערעס. אַ טייל פֿונעם מאַטעריאַל קען מען לייענען אין זייערע ביכער: ד״ר פֿעלדמאַנס Klezmer: Music History, and Memory [כּלי־זמר: מוזיק, געשיכטע און זכּרון] פֿון 2016, און ד״ר פֿריגישיס בוך, „שרײַבן אויפֿן וואַסער‟ פֿון 2014, וואָס איז אויף אונגעריש אָבער וועט אין גיכן אַרויס אויף ענגליש מיטן טיטל Writing on Water.
נאָך די לעקציעס איז געווען אַ רונדע פֿראַגעס־און־ענטפֿערס. בדרך־כּלל קװענקלען זיך יאַפּאַנער צו פֿרעגן שאלות און צו רעדן אין אַ גרױסן זאַל אָבער אויף דעם סימפּאָזיום האָט דער עולם געפֿרעגט אַ סך. ס׳רובֿ מענטשן זײַנען נישט געווען קיין עקספּערטן אין ייִדישע לימודים אָבער זיי האָבן זיך פֿאַראינטערעסירט מיט כּלערליי אַספּעקטן פֿון דער ייִדישער קולטור.
ס׳איז נישטאָ קיין סך אינפֿאָרמאַציע װעגן ייִדן אויף יאַפּאַניש, און אַפֿילו נישטאָ קיין איין אוניװערסיטעט מיט אַן אָפּטײל פֿון ייִדישע לימודים. דערפֿאַר ווייסן די יאַפּאַנער זייער ווייניק וועגן דעם. מענטשן האָבן געפֿרעגט װעגן ייִדן, ישׂראל און דער באַציִונג צװישן ייִדן און יאַפּאַנער און געפּרוּװט בעסער פֿאַרשטיין און באַרײַכערן זייער וויסן.
איין מאַן האָט באַמערקט װעגן דער ענלעכקייט פֿון ייִדן און יאַפּאַנער. אַן אַנדערער האָט געזאָגט אַז דער יאַפּאַנישער טאַנץ „באָן־אָדאָרי” איז זײַער ענלעך צו אַ ייִדישן טאַנץ. „באָן־אָדאָרי‟ טאַנצט מען אום „אָבאָן”, אַ יאַפּאַנישער יום־טובֿ אין זומער. מע זאָגט אַז אין „אָבאָן” געדענקען די לעבעדיקע בעסער די טויטע ווײַל די געשטאָרבענע שטייען דעמאָלט אויף תּחית־המתים און טאַנצן „באָן־אָדאָרי” מיט זייערע שכנים אין אָוונט. דער מאַן, װאָס האָט געפֿרעגט די פֿראַגע, האָט אַזוי געמיינט ווײַל פּראָפֿ׳ פֿעלדמאַנס הענט האָבן זיך באַוועגט אַרויף און אַראָפּ, אַזוי ווי אין דעם יאַפּאַנישן טאַנץ „באָן־אָדאָרי”. פּראָפֿ׳ פֿעלדמאַן האָט זיך פֿאַראינטערעסירט מיט דער פֿראַגע. ער האָט דערקלערט אַז בײַ די ייִדישע טענץ מאַכט מען טאַקע אַ סך זשעסטן.
אַ צווייטער מאַן האָט געזאָגט: „בײַ די ייִדישע טענץ באַוועגט זיך דער קערפּער פֿון די טענצער אַהין און אַהער װײַל ייִדן טראַכטן אַלע מאָל װעגן דער דירעקטער באַציִונג צװישן דעם הימל און דער ערד. עס איז אַ ספּעציעלער געדאַנק פֿון ייִדן. דאָס בילד פֿון אַ גאָט און דעם הימל איז אַנדערש בײַ ייִדן.‟
די לעקציע פֿון פּראָפֿ׳ פֿריגישי װעגן תּפֿילות האָט געמוטיקט די צוהערער צו טראַכטן װעגן רעליגיעזע זאַכן, וועגן וועלכע זײ טראַכטן נישט קיין סך. אַזאַ דירעקטע באַציִונג מיט גאָט איז זיי נײַ ווײַל אין יאַפּאַן איז אַ סך מער פֿאַרשפּרייט דער פּאָליטעיִזם.
אַ טייל מענטשן האָבן נאָך דעם סימפּאָזיום טאַקע געקױפֿט פּראָפֿ׳ פֿעלדמאַנס בוך — אַ סימן פֿון זייער אינטערעס אין דער טעמע.
אַ צווייטן אָוונט האָט פּראָפֿ׳ פֿעלדמאַן אָנגעפֿירט מיט אַ טאַנצסעסיע אין אַ זאַל פֿון „טעאַטער קײַ” אין טאָקיאָ. מער װי 50 מענטשן זײַנען געקומען זען די ייִדישע טענץ און הערן ייִדישע מוזיק. אין אָנפֿאַנג איז פּראָפֿ׳ פֿעלדמאַן נישט געווען. הער הינאָוע װאָס האָט אָרגאַניזירט די סעסיע האָט אינפֿאָרמירט דעם עולם אַז ער וועט זיך אַ ביסל פֿאַרשפּעטיקן ווײַל ער האָט אַן אַנדער רעפֿעראַט אויף אַ קאָנפֿערענץ אינעם טאָקיאָ־אוניװערסיטעט פֿון קונסט. דערווײַל האָט דער עולם געהערט יאַפּאַנישע כּלי־זמרים און זיך געלערנט ייִדישע טאַנצשריט אונטער דער אָנפֿירערשאַפֿט פֿון אַ יונגער כּלי־זמר מוזיקאַנטין, מיסאַקאָ מאַצומאָט. זײ האָבן זיך זייער ערנסט געלערנט. כּמעט קיינער האָט נישט געקענט איינער דעם צווייטן און זיי זײַנען נישט געווען זיכער וואָס וועט זײַן ווען פּראָפֿ׳ פֿעלדמאַן וועט קומען.
אָבער ווען פֿעלדמאַן איז אַרײַנגעקומען האָט די שטימונג אין זאַל זיך גלײַך געענדערט. צי איז פּראָפֿ׳ פֿעלדמאַן אַ טענצער? אַלע האָבן אים אָנגעקוקט מיט גרויסע דערוואַרטונגען. ס׳רובֿ פֿון זיי האָבן קיין מאָל נישט געזען קיין ייִדישע טענץ. קײנער האָט זיך נישט געקענט אויסמאָלן אַז באַלד וועלן 40 יאַפּאַנער טאַנצן צוזאַמען מיט אים.
פֿעלדמאַן האָט גערעדט אַ ביסל מיט די כּלי־זמרים און פּאַמעלעך אָנגעהױבן זײַן טאַנץ. אַלע האָבן זיך שטיל צוגעקוקט. ער האָט זיי געבעטן טאַנצן מיט אים, גערעדט צו זיי מיט זײַן גוף און אױגן. צום אָנהייב איז דער עולם געבליבן זיצן, אָבער צו ביסלעך איז מען צו אים צוגעגאַנגען, איינער נאָכן אַנדערן.
פּראָפֿ׳ פֿעלדמאַן האָט געלערנט די „אַרויף־און־אַראָפּ‟־באַװעגונג פֿון ייִדישע טענץ אָן װערטער, ניצנדיק נאָר זײַן קערפּער. ס׳איז געװען זייער נאַטירלעך און מיט דער צײַט האָבן מערסטע פֿון זיי געטאַנצט מיט אים אין אַ קרײַז. שפּעטער האָבן די יאַפּאַנער אָנגעהויבן רעדן מיט פּראָפֿ׳ פֿעלדמאַן. צווישן זיי: די כּלי־זמרים, טענצער, אָרגאַניזאַטאָרן, זינגערס, פֿאָרשערס און סתּם מענטשן.
„ס׳איז געװען אַ חלום פֿון דרײַ טעג,‟ האָט באַמערקט טשיטאָשי הינאָאוע, אַ װיכטיקער כּלי־זמר, קלאַרנעט־שפּילער און פֿאָרשער אין יאַפּאַן, און איינער פֿון די וואָס האָבן אָרגאַניזירט פֿעלדמאַנס באַזוך אין יאַפּאַן. „די סעסיע איז געװען צו באַגריסן פּראָפֿ׳ פֿעלדמאַן, אָבער בײַם סוף האָבן שוין אַלע געטאַנצט צוזאַמען. איך האָב געזען ווי מענטשן האָבן אַנטדעקט די ענלעכקייטן צווישן דער ייִדישער קולטור און דער יאַפּאַנישער, דורך דער רײַכקייט און קאָמפּליצירטקייט פֿון ייִדישע טענץ.‟
פֿומיהיראָ טאַמאַאָקי, אַ מוזיקער וואָס האָט באַגלייט די טענץ, האָט געזאָגט: ״נאָך צװײ שעה בין איך געװאָרן ווי פֿאַרשיכּורט. עפּעס הימלדיקס איז פֿאָרגעקומען אין מיר. איך בין געװאָרן אַ כּלי װאָס טראָגט ניגונים.‟
טאַמאַאָקי שפּילט קלאַרנעט שוין מער ווי 20 יאָר און אַרבעט אין אַ פֿאַרלאַג. ער האָט זיך צו ביסלעך פֿאַראינטערעסירט אין כּלי־זמר־מוזיק, און אַזוי האָט ער געשאַפֿן סײַ יאַפּאַנישע סײַ ניט־יאַפּאַנישע פֿרײַנד. „ס׳איז מיר גוט וואָס איך שפּיל אַ קלאַרנעט,” האָט ער געזאָגט.
מאָריז קימיקאָ האָט אויך געהערט אַז עס וועט פֿאָרקומען אַזאַ טאַנצסעסיע אין דעם מעידזשיגאַקוּין־אוניװערסיטעט. פֿריִער האָט זי צען יאָר לאַנג געוווינט אין סאַן־דיעגאָ, קאַליפֿאָרניע װײַל איר מאַן איז אַן אַמעריקאַנער און דאָרטן האָט זי באַזוכט אַ שיל כּדי זיך צו לערנען וועגן ייִדישקייט. אין שיל האָט זי געהערט ווי אַלטע לײַט רעדן ייִדיש און איז פֿאַרכּישופֿט געוואָרן דערפֿון. זי האָט זיך פֿאַראינטערעסירט אין דער ייִדישער ליטעראַטור און טעאַטער און איר טאָכטער האָט אַפֿילו געטאַנצט אין אַן אויפֿפֿירונג פֿון „פֿידלער אױפֿן דאַך” אין איר שול. „פּראָפֿ׳ פֿעלדמאַן איז געװען ממש אַ שטערן פֿאַר מיר,‟ האָט מאָריז קימיקאָ געזאָגט.
קיאָהײ נישיקאַװאַ איז אױך געװען אויף דער טאַנצסעסיע. ער האָט שטודירט די קונסטווערק פֿון מאַרק שאַגאַל, כּלי־זמר־מוזיק און ייִדישע קולטור בכלל. נאָכן אוניװערסיטעט האָט ער אָנגעהויבן אַרבעטן אין אַ פֿאַרלאַג. ער האָט געהערט דעם מוזיקער הינאָועס קאָנצערטן פֿון צײַט צו צײַט און אַ מאָל האָט ער גענומען זײַן חבֿרטע אויף אַ קאָנצערט. זי האָט ליב געהאַט כּלי־זמרים און זײ האָבן געבעטן הינאָוע צו שפּילן אויף זייער חתונה.
„עס זײַנען געװען פֿאַרשײדענע מענטשן אין דער סעסיע,‟ האָט הינאָוע דערקלערט: „מענטשן װאָס האָבן פּשוט ליב מוזיק, ליבהאָבערס פֿון דער יאַפּאַנישער כּלי־זמר־גרופּע ׳זדשינטאַראַמוטאַ׳, אַקאַדעמיקער און אַנדערע”.
פּראָפֿ׳ פֿעלדמאַנס באַזוך האָט געמאַכט אַ גרויסן אײַנדרוק. נישיקאַװאַ האָט מיך נאָך דעם געבעטן שרײַבן אַן אַרטיקל וועגן דער ייִדישער שפּראַך און איך האָב געהאַלטן עטלעכע לעקציעס וועגן דעם. ס׳איז קלאָר, אַז פּראָפֿ׳ פֿעלדמאַן האָט געגעבן די יאַפּאַנער אַ גוטע געלעגנהייט אַרײַנצוקוקן אין דער וועלט פֿון ייִדן.
פֿונעם 8טן ביזן 10טן אָקטאָבער װעט פּראָפֿ׳ פֿעלדמאַן רעדן אין מאָסקװע, וווּ ער וועט לערנען אַ מײַסטערקלאַס פֿון ייִדישע טענץ, האַלטן אַ רעפֿעראַט וועגן אָטאָמאַנישער און ייִדישער מוזיק און אַ רעפֿעראַט וועגן דער געשיכטע פֿון קלעזמער־מוזיק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.