(די 2 טע זײַט פֿון 2)
איז דער וועלט־מבול אויסגעבראָכן בגשמיות, אָדער איז עס בלויז אַ מעשׂה, וואָס מיר לערנען דערפֿון אָפּ אַ וויכטיקן משל? הרבֿ אַריה קאַפּלאַן און אַנדערע וויסנשאַפֿטלעך־געבילדעטע רבנים האָבן באַטאָנט, אַז בגשמיות האָט די וועלט נישט געקאָנט פֿאַרפֿלייצט ווערן מיט פֿיר טויזנט יאָר צוריק, ווײַל מיר זעען נישט קיין סימנים פֿון אַזאַ גלאָבאַלער קאַטאַסטראָפֿע. פֿון דער צווייטער זײַט, שטייען מיר איצט, נעבעך, אויף דער שוועל פֿון רעאַלע נאַטור־קאַטאַסטראָפֿעס, וואָס קלינגען נאָך ערגער, ווי דער מבול. דער מענטש איז במשך פֿון פֿיר טויזנט יאָר דורכגעגאַנגען אַ לאַנגן וועג און צוגעטראַכט שרעקלעכע מכשירים, וואָס קאָנען, אין פּרינציפּ, טאַקע פֿאַרווירקלעכן אונדזער תּורה־מעשׂה — דאָס מאָל, אָן קיין מעטאַפֿאָרן צי אַלעגאָריעס.
סוףּ־כּל־סוף, וואָס מיינט פֿאַר אונדז דער ים: אַ קוואַל פֿון פֿאַרגעניגנס אָדער סכּנות? די תּורה באַטאָנט, אַז דער מבול איז געשען צוליב רויבערײַ. די חז״ל טײַטשן אָפּ דעם פּסוק „ותּשחת האָרץ‟ — און די ערד איז פֿאַרדאָרבן געוואָרן – ווי אַ רמז, אַז אין יענער תּקופֿה האָט אין דער וועלט געהערשט געצן־דינערײַ און סעקסועלע אוממאָראַלישקייט. אין געוויסע פֿרומע קרײַזן אַסאָציִיִרט מען עס מיטן הײַנטיקן ליבעראַלן לעבנס־שטייגער. אין די מדרשים ווערט דערקלערט גאָר עפּעס אַנדערש. די פֿירער פֿון דער מבול־תּקופֿה האָבן געמיינט, אַז זיי מעגן דערנידעריקן די פּשוטע מענטשן און פֿאַרגוואַלדיקן זיי, צווינגענדיק זיי צו דינען די מאַכטהאָבער ווי אָפּגעטער.
דאָס פֿאַרגוואַלדיקן איינער דעם צווייטן איז נישט געווען גענוג, דערפֿאַר האָבן געוויסע מענטשן אָנגעהויבן פֿאַרגוואַלדיקן די נאַטור גופֿא. צוליב די רויבערישע סאָציאַלע באַציִונגען, האָט די גאַנצע מענטשהייט אײַנגענומען אַ מיתה־משונה. אַפֿילו די חיות, נעבעך, זענען אומגעבראַכט געוואָרן צוליב די מענטשלעכע זינד.
פֿאָרט, נישט גענוג אויף די מסוכּנע קאָנאָטאַציעס, איז דער ים פֿאָרט געוואָרן אַ קוואַל פֿון פֿאַרגעניגנס.
דאָס וואָרט „תּיבֿה‟ מיינט בוכשטעבלעך אַ וואָרט. אונדזערע ווערטער, ווען געזאָגט לשם־שמים, מיט גוטע כּוונות, ראַטעווען אונדז פֿון קליינע און גרויסע קאַטאַסטראָפֿעס. די מעשׂה מיטן מבול — אַן אַלעגאָריע צי נישט — בלײַבט אייביק אַקטועל ווי אַ וואָרענונג וועגן אונדזער סכּנותדיקן פּאָטענציאַל. דווקא דער מענטש איז בכּוח צו באַגראָבן, חלילה, די גאַנצע וועלט אַרום זיך; און דווקא דער מענטש קאָן ראַטעווען די וועלט מיט אַ ריכטיקער „תּיבֿה‟ — אַ גוט האַרציק וואָרט.
פֿונדעסטוועגן, וואָס שייך די שיפֿן, איז זיכער כּדאַי צו זען די אַנדערע טיילן פֿון אונדזער פּלאַנעט. דאָס אָפּשאַצן די אַנדערע וועלט־קולטורן איז בעצם אַ „תּיבֿה‟, וואָס קאָן אונדז ראַטעווען פֿון קאַטאַסטראָפֿישע פֿעלערן און פֿאַרוואַנדלען די וועלט פֿון אַ מקום־מחלוקת אין אַ שיין פֿרידלעך אָרט. זאָלן פֿאַר אונדז די תּיבֿות — אי די שיפֿן, אינעם בוכשטעבלעכן זין, אין די תּפֿילה־ווערטער — בלײַבן אַ קוואַל פֿון הנאָות, און נישט סכּנות.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.