(די 3 טע זײַט פֿון 3)
איר וועט אפֿשר באַמערקן אַז איך האָב ביז אַהער גאָרנישט דערמאָנט וועגן דער געוויינטלעכער עובֿדה פֿון אַ צײַטונג: איבערגעבן די וועלטנײַעס. זינט זײַן גרינדונג האָט דער פֿאָרווערטס תּמיד איבערגעגעבן די פּאָליטישע נײַעס פֿון טאָג (אָדער פֿון דער וואָך). און כאָטש אונדזער וועכנטלעכער ראַדיאָ־באַריכט פֿון ירושלים גיט טאַקע איבער די פֿאַרשידענע פּאָליטישע ידיעות וועגן דער ישׂראל־רעגירונג און וועגן די באַציִונגען צווישן ישׂראל און אירע אַראַבישע שכנים, איז דאָס איבערגעבן די וועלטנײַעס מער נישט קיין ציל פֿון אונדזער צײַטונג.
די פּאָליטישע שטימונג סײַ דאָ אין אַמעריקע, סײַ אין ישׂראל און אַנדערע לענדער, איז הײַנט שטאַרק אָנגעשטרענגט. דערפֿאַר דרוקן מיר טאַקע נישט קיין אַרטיקלען וועגן די אָן אַ שיעור סקאַנדאַלן וואָס ווערן צעפּויקט אין די מאַסן־מעדיומס; דערפֿאַר דרוקן מיר נישט קיין אַרטיקלען וואָס גיבן איבער פֿײַנטלעכע מיינונגען וועגן מדינת־ישׂראל. אונדזער ציל איז צונויפֿצוברענגען ייִדן פֿון פֿאַרשידענע מיינונגען און הינטערגרונטן אַנשטאָט זיי נאָך מער צו דערווײַטערן איינער פֿונעם אַנדערן. אונדזער „אַגענדע‟ איז אַז די ליבהאָבער פֿון דער ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור, פֿון ייִדיש געזאַנג, פֿון היימישע ייִדישע מאכלים און פֿונעם ייִדישן פֿאָלק בכלל, זאָלן באַטראַכטן דעם פֿאָרווערטס ווי אַן אָאַזיס פֿון אַ צעשפּאָלטענער וועלט.
און ווײַזט אויס, אַזוי וויל דער עולם. דעם פֿאַרגאַנגענעם נאָוועמבער, למשל, אַ טאָג נאָך דעם ווי דאָנאַלד טראָמפּ איז דערוויילט געוואָרן ווי דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט איבער הילאַרי קלינטאָן, זענען מענטשן געווען אין אַזאַ שאָק, אַז מיר אין דער רעדאַקציע האָבן לכתּחילה געקלערט אַז אפֿשר זאָלן מיר דאָס מאָל טאַקע יאָ אָנשרײַבן אַ פּאָליטישן אַנאַליז מכּוח די פֿראַגעס: וואָס איז דאָ געשען? ווי אַזוי האָט די פּרעסע נישט פֿאָרויסגעזען אַזאַ איבערקערעניש?
אין דער לעצטער מינוט האָב איך אָבער באַשלאָסן: ניין! זאָלן די אַנדערע צײַטונגען איבער אַמעריקע שרײַבן וועגן דעם. מיר וועלן גיכער אַרויפֿשטעלן אַ ווידעאָ צו דערמינטערן דעם עולם: לענאַרד כּהנס באַרימט ליד „הללויה‟, איבערגעזעצט אויף ייִדיש און געזונגען פֿונעם קלעזמער־מוזיקער דניאל קאַהן. במשך פֿון צוויי טעג (און בפֿרט נאָך דעם ווי ס׳איז אַרויס די נײַעס אַז לענאַרד כּהן איז ניפֿטר געוואָרן) האָט דער ווידעאָ זיך ווילד פֿאַרשפּרייט אויף דער אינטערנעץ. ביזן 24סטן אָקטאָבער 2017, עלף חדשים זינט מיר האָבן עס אַרויסגעשטעלט, האָט מען שוין געזען דעם ווידעאָ מער ווי 606,000 מאָל. מיט אַנדערע ווערטער, אַ ווידעאָ וואָס אין אים זינגט אַ יונגער־מאַן אַ נײַ ייִדיש ליד באַגלייט מיט דער גיטאַר האָט צוגעצויגן מער ווי אַ האַלבן מיליאָן מענטשן איבער דער וועלט!
בײַ מיר איז דאָס אַ קלאָרער סימן אַז דער דרך וואָס דער פֿאָרווערטס האָט אויסגעקליבן איז בפֿירוש דער ריכטיקער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.