(די 2 טע זײַט פֿון 2)
אינעם ערשטן עפּיזאָד רעדן בלאַקסבערג און מײַקל ווינאָגראַד וועגן דעם ווי עס פֿילט זיך צו זײַן מיטגלידער פֿונעם לעצטן דור, וואָס האָט זיך געלערנט שפּילן פֿונעם אַלטן דור טראַדציאָנעלע קלעזמאָרים. ווינאָגראַד און בלאַקסבערג דריקן ביידע אויס די מיינונג, אַז די קלעזמער־מוזיקער קענען ניט באַקומען קיין שטענדיקע אַרבעט אָדער גיין אויף טורן אַזוי אָפֿט ווי זיי האָבן געטאָן מיט 10 יאָר צוריק, און זיי פּרובירן צו פֿאַרשטיין, פֿאַר וואָס די קלעזמער־וועלט איז הײַנט ווייניקער שפּרודלדיק. צי איז עס בלויז אַן ענין פֿון בײַטנדיקע אידענטיטעטן בײַם ייִנגערן דור אָדער צי האָט געשפּילט דערבײַ אַ ראָלע די „גרויסע רעסעסיע‟ פֿון 2007, ווען די וועלט־עקאָנאָמיע איז אַרײַן אין אַ קרייס און ס׳איז געוואָרן שווער פֿאַר מוזיקער צו געפֿינען אַרבעט? זיי זענען אַליין ניט זיכער.
„איצט אַ דער קלעזמער־אויפֿלעב האָט זיך פֿאַקטיש אויסגעשפּילט — האָט בלאַקסבערג איבערגעגעבן דעם „פֿאָרווערטס‟ — וויל איך, אַז דער פּאָדקאַסט זאָל אונדז העלפֿן פֿאַרשטיין, וואָס אָט דער אויפֿלעב האָט באַטײַט, און וואָס ס׳איז הײַנט טאַקע די קלעזמער־מוזיק.‟
איין זאַך וואָס האָט זיך געביטן במשך פֿונעם לעצטן דור איז אַז די יונגע קלעזמאָרים לערנען זיך ניט אַלע פֿונעם זעלבן קאַנאָן לידער דורך וועלכן מע קען שאַפֿן נײַע קאָמפּאָזיציעס. „ס׳איז ניט באמת דאָ קיין בשותּפֿותדיקער רעפּערטואַר, ווי ס׳איז געווען במשך פֿונעם אויפֿלעב,” האָט בלאַקסבערג געזאָגט.
טאַקע דערפֿאַר הערשט אין דער קלעזמער־וועלט, אַזוי ווי בײַ די ייִדישיסטן, אַ שטענדיקע זאָרג וועגן אויטענטישקייט. „ס׳איז תּמיד דאָ אַ דרוק צו דערקלערן, פֿון וואַנען עס שטאַמט אַ ליד, צי אַ מוזיקאַלישע פֿראַזע,” האָט בלאַקסבערג דערקלערט. „יעדעס מאָל וואָס איך לערן אַ ליד אין אַ רעפּיטיציע, פֿיל איך אַ באַדערפֿעניש צו געבן אַ גאַנצע געשיכטע־לעקציע. בײַ קלעזמער־מוזיק, מער ווי בײַ אַנדערע סאָרטן מוזיק, דאַרף מען תּמיד ׳באַרעכטיקן׳ איר עקזיסטענץ, ענלעך צו דעם ווי אַזוי מע באַטראַכט די ייִדישע קולטור: איין פֿוס שטייט אין דער לעבעדיקער וועלט, וווּ די קולטור ווערט נאַטירלעך איבערגעגעבן און דער אַנדערער פֿוס ליגט אינעם תּחום פֿון דער ׳פּאָסט־ווערנאַקולאַריטעט׳, אין וועלכער די קולטור ווערט איבערגעגעבן דורך לעקציעס, וואַרשטאַטן און קורסן.”
כאָטש בלאַקסבערג האַלט אַז דער קלעזמער־אויפֿלעב גופֿא איז שוין אַ טייל פֿון דער פֿאַרגאַנגענהייט, זעט ער ווי די ייִדישע מוזיק ווערט אַרײַנגעבראַכט אין נײַע סבֿיבֿות, וווּ עס האָט לאַנג אויסגעפֿעלט.
„אין די לעצטע פּאָר יאָר באַמערק איך אַלץ מער ווי פּראָגרעסיווע ייִדן ווילן געניסן פֿון דער ייִדישער מוזיק און זי אַרײַנוועבן אין דער לינקער קולטור,” האָט בלאַקסבערג איבערגעגעבן. „ס׳איז ניט בלויז די היסטאָרישע אַסאָציאַציע פֿון ייִדיש מיטן לינקן אַקטיוויזם, נאָר ובפֿרט, דער פֿאַקט וואָס אַ סך לינקע ייִדן זוכן אַן אופֿן זיך אויסצודריקן ייִדישלעך, וואָס איז ניט אויסשליסלעך פֿאַרבונדן מיט ישׂראל אָדער רעליגיע. בײַ מיר איז עס דווקא אַ פֿאַרגעניגן, אַז דורך דער קלעזמער־מוזיק קען איך געפֿינען אַ היים אין פֿאַרשידנאַרטיקע ייִדישע סבֿיבֿות: איך שפּיל מוזיק אויף חסידישע אונטערנעמונגען; און איך לערן קלאַסן פֿאַר לינקע פּאָליטישע אַקטיוויסטן און סתּם הויפּטשטראָמיקע ייִדישע גרופּעס. קלעזמער איז בײַ מיר אַ בריק מיט וועלכער איך קען אַריבערטרעטן די שוועל פֿון פֿאַרשידענע וועלטן.”
אַ דאַנק בלאַקסבערגס פּאָדקאַסט, וועלן צוהערער איבער דער וועלט קענען מיטפֿאָרן מיט אים דורך דער קלעזמער־מזויק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.