(די 2 טע זײַט פֿון 2)
דער פּוילישער שרײַבער וויטאָלד גאָמבראָוויטש איז אַן אַנדער באַקאַנטער בײַשפּיל. נאָכן באַזעצן זיך אין אַרגענטינע האָט ער אַליין איבערגעשריבן זײַן ערשטן, שטאַרק געלויבטן ראָמאַן „פֿערדידורקע‟ פֿון פּויליש אויף שפּאַניש, מיט דער הילף פֿון ווירגיליאָ פּיניעראַ און הומבערטאָ ראָדריגעז טאָמעוּ, צוויי קובאַנישע שרײַבער וואָס האָבן ניט געהאַט געהערט ביז דעמאָלט קיין איין וואָרט פּויליש. די־אָ ווערסיע האָט ער איבערגעזעצט אויף פֿראַנצייזיש און אַזוי איז ער דערגאַנגען צו דעם וואָס וועט שפּעטער ווערן די ערשטע פֿראַנצייזישע אויסגאַבע פֿון „פֿערדידורקע‟, אַרויסגעגעבן אין 1958.
אין 1921 האָט זיך לין שו גענומען צו סערוואַנטעס׳ „דאַן קיכאָט‟, דורך דזשאָן אָרמסביס ענגלישער איבערזעצונג (1885). לין שוס אַסיסטענט, שען זשיאַלין, וואָס האָט געלערנט אַ שטיקל צײַט אין אַן ענגלישן אוניווערסיטעט, האָט מן־הסתּם געקענט לייענען די ענגלישע ווערסיע, לויט זייער אויסגעשליפֿענער טעכניק. ער האָט אים אָבער אַוועקגעגעבן בלויז אַ טײַלווײַזן נוסח, וואָס איז ניט נאָר געווען פֿול מיט צוגעגעבענע דיאַלאָגן, נאָר אויך אַמפּוטירט געוואָרן פֿון פֿיל קאַפּיטלען, און זײַן באַרימטער פּראָלאָג בתוכם: בסך־הכּל 285 זײַטן וואָס דעקן זיך מיטן ערשטן טייל פֿון סערוואַנטעס מײַסטערווערק. עס דערמאָנט אין דער דערציילונג, „פּיער מענאַר, מחבר פֿונעם ׳קיכאָט׳‟ פֿונעם אַרגענטינער שרײַבער כאָרכע לויִ באָרגעס, וועגן אַ פֿיקטיוון פֿראַנצייזישן שרײַבער וואָס נעמט זיך אונטער „איבערצושרײַבן‟ דאָס ערשטע בוך פֿון דאָן קיכאָט.
צי דאַרף מען דאָ אויך דערמאָנען אַז איינער אַ חיים נחמן ביאַליק, וועלכער האָט אויך ניט געקענט קיין שפּאַניש, האָט אין 1912 איבערגעזעצט „דאָן קיכאָט‟ פֿון אַ רוסישער ווערסיע? און אַז די ייִדישע ווערסיע פֿון אַלכּסנדר האַרקאַווי, וועלכער האָט פּערפֿעקט געקענט שפּאַניש, איז שוין געווען בנימצא אין ניו־יאָרק אין 1897?
שין לוס ׳די ביאָגראַפֿיע פֿונעם משוגענעם ריטער׳ (אָדער ׳דאָס לעבן פֿונעם פֿאַרכּישופֿטן ריטער׳, לויט אַנדערע איבערזעצונגען) איז דערשינען אין 1922 אין שאַנכײַ, דעם מקום־גדול פֿון דער כינעזישער ביכער־אינדוסטריע, וואָס מען האָט דעמאָלט אָנגערופֿן דעם ׳פּאַריז פֿון מיזרח׳, צוליב איר גרויסער צאָל פֿאַרלאַגן, דרוקערס און ליטעראַרישע קאַפֿעען. לין שו, אויסגעמוטשעט און קראַנק, גייט אויס צוויי יאָר שפּעטער און זאָגט אַ לעצטן זײַ־געזונט מיט דעם־אָ האַלבן קיכאָט.
סערוואַנטעס׳ העלד „דאָן קיכאָט דע לאַ מאַנשאַ‟, וואָס דערציילט די אַוואַנטורעס פֿון אַ זקן, אַ פֿאַרברענטער ליבהאָבער פֿון ריטער־ראָמאַנען, זאָגט אַליין אַז זײַנע אַוואַנטורעס זענען כּלומרשט אַן איבערזעצונג פֿון אַראַביש פֿון אַ טעקסט וואָס — לויט סערוואַנטעס — ס׳האָט אָנגעשריבן אַ מוסולמענישער היסטאָריקער.
די אָ קונץ פֿון פּסעוודאָ־איבערזעצונגען איז איינע וואָס גייט שוין אָן הונדערטער יאָרן לאַנג בײַ די מחברים פֿון דער ריטער־ליטעראַטור. די שרײַבער האָבן אָפֿט מאָל פּרעטענדירט אַז זייערע כּתבֿים זענען פּינקטלעכע איבערזעצונגען פֿון טאָסקאַניש, טאָטאַריש, פֿלאָרענטיניש, גריכיש, אונגאַריש ווי אויך ניט־אינדענטיפֿיצירטע לשונות. קען מען טאַקע זאָגן אַז די מאָדערנע ליטעראַטור האָט זיך אָנגעהויבן מיט יענעם ראָמאַן אין יאָר 1605 וואָס איז כּלומרשט געווען אַן איבערזעצונג און וואָס דער הויפּטהעלד איז געווען אַ לייענער פֿון ראָמאַנען. אָט אַזוי שליסט זיך דער קרײַז.
אַן איבערזעצונג, ווי אַן איבערשרײַבונג, ווי געטרײַ זי זאָל ניט זײַן, קען זיך ניט גלײַכן צום אָריגינאַל. דער שפּאַנישער פֿילאָסאָף כאָסע אָרטעגאַ אי גאַסעט האָט דעריבער באַמערקט אַז עס האַנדלט זיך, אין בעסטן פֿאַל, אין אַ ׳וועג׳ צו איר. די אומגלייבלעכע מסעות פֿונעם קונציקן לין שו, צוזאַמען מיט זײַן געטרײַען אַסיסטענט שען זשיאַלין, איז אַ פּערפֿעקטער באַווײַז דערפֿון.
[איבערגעזעצט פֿון זשיל ראָזיע]
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.