מיר לייענען די וואָך אַז יעקבֿ אָבֿינו איז אַנטלאָפֿן פֿון דער היים אין באר־שבֿע, כּדי זיך צו ראַטעווען פֿון זײַן אויפֿגעבראַכטן ברודער עשׂו.
אין חרן, וווּ עס האָט געוווינט זײַן פֿעטער לבֿן, האָט ער אָפּגעאַרבעט 20 יאָר ווי אַ פּאַסטעך. דער פֿעטער האָט אים אָפּגענאַרט, האָט יעקבֿ געמוזט שטילערהייט ווידער אַנטלויפֿן. לבֿן האָט אים נאָכגעיאָגט, אָבער דערזען אַ חלום, אין וועלכן דער באַשעפֿער האָט אים געהייסן לאָזן דעם פּלימעניק אַהיימגיין.
די הײַנטיקע פּרשה שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ גאַנצן ראָמאַן און האָט טאַקע געדינט ווי אַן אינספּיראַציע־קוואַל פֿאַר אַ גאַנצער ריי ביכער, מאָלערײַ־ווערק און פֿילמען, אַרײַנגערעכנט עדריאַן לײַנס שוידער־מעשׂה „יעקבֿס לייטער‟, אין וועלכן דער הויפּטהעלד, אַן אַמעריקאַנער וועטעראַן פֿון דער מלחמה אין וויעטנאַם, לײַדט פֿון שרעקעדיקע האַלוצינאַציעס. דער פֿילם האָט צוגעצויגן אַ רעלאַטיוו קליינע צאָל צוקוקער, אָבער בלײַבט באַקאַנט ווי איינער פֿון די קלאַסישע „טרילערס‟ אינעם אַמעריקאַנער קינעמאַטאָגראַף. דער סצענאַריסט, ברוס דזשאָעל רובין, איז אַ ניו־יאָרקער ייִד, וועלכער ווייסט אַ טאָלק אין מעדיטאַציעס און פּסיכאָדעלישע שטאָפֿן; פֿאַר זײַנע מיסטישע מעשׂיות האָט ער געוווּנען אַן „אָסקאַר‟ אין 1990.
ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז דער אידיאָם „יעקבֿס לייטער‟ ווערט אויך געניתט אין דער וויסנשאַפֿט. אַ געוויסער עלעקטרישער קונץ־מכשיר, וווּ אַ פֿונק פֿונעם הויכן וואָלטאַזש — צענדליקער טויזנט וואָלט — הייבט זיך אויף צוליב דער הייסער טעמפּעראַטור צווישן צוויי דראָטן, ווערט אויך אָנגערופֿן „יעקבֿס לייטער‟. הגם אונדזער פּרשה קלינגט טאַקע ווי אַן אַווענטורע־ראָמאַן, וווּ דער הויפּט־פּערסאָנאַזש אַנטלויפֿט פֿון זײַן פֿאַרשקלאַפֿער און קערט זיך אום אַהיים מיט פֿיר פֿרויען און אַ גאַנצער טוץ קינדער, ווערן די מיסטישע עלעמענטן אין זײַן לעבן דווקא אַסאָציִיִרט מיטן ניכטערן, פֿאָרזיכטיקן און פּאַמעלעכן וועג צום הייליקן באַשעפֿער.
די טריט אויפֿן לאַנגן לייטער צווישן דעם אָרט, וווּ מיט הונדערטער יאָרן שפּעטער האָט שלמה המלך אויפֿגעשטעלט דעם בית־המיקדש, און די הימלישע וועלטן פֿון מלאָכים וואָס יעקבֿ האָט דערזען בחלום אויף זײַן וועג צו לבֿן, סימבאָליזירן אַ שווערע און קאָמפּליצירטע עבֿודה, וואָס האָט ווייניק צו טאָן מיט די פּסיכאָדעליקע וויזיעס. פּונקט פֿאַרקערט: יעקבֿס חלום ווײַזט אַז במשך פֿון זײַן לעבן האָט ער אויסגעאַרבעט אַ מעטאָד פֿון דערגרייכן די העכסטע מדרגות פֿון רוחניות און פֿאָרט פֿאַרבליבן אַ געוויינטלעכער בשׂר־ודם, וועלכער האָט געקאָנט קאָמבינירן זײַנע מיסטישע דערפֿאַרונגען מיט דער פּשוטער אַרבעט פֿון אַ פּאַסטעך און זיך געגעבן פּראַקטישע עצות, ווי אַזוי איבערצוקליגן די אומיושרדיקע אינטריגעס פֿון זײַן פֿעטער. פֿונדעסטוועגן, כּדי שלום צו מאַכן מיטן אויפֿגעבראַכטן לבֿן, האָט דער אייבערשטער צום אים טאַקע געשיקט אַ מלאך.
אַזוי צו אַזוי, בלײַבט די הײַנטיקע סדרה איינע פֿון די סאַמע מיסטישע אינעם גאַנצן תּנ״ך. דערפֿאַר אינספּירירט זי קינסטלער און אַפֿילו דערפֿינדער פֿון סכּנותדיקע עלעקטרישע קונצן. אויפֿן וועג קיין חרן, צו זײַן פֿעטער, איז יעקבֿ אײַנגעשלאָפֿן און דערזען אין אַ חלום, ווי מלאָכים גייען אַרויף און אַראָפּ אויף אַ לייטער וואָס פֿירט פֿון דער ערד ביזן הימל.
די חז״ל גיבן צו אומגעוויינטלעכע פּרטים צו דער דאָזיקער מעשׂה, וועלכע ווערן ווײַטער אָפּגעטײַטש אין די קלאַסישע ספֿרי־קודש ווי רמזים וועגן דעם גײַסטיקן דרך פֿונעם מענטש. דער מדרש דערציילט, אַז די שטיינער אַרום יעקבֿס געלעגער האָבן זיך צעקריגט; יעדער שטיין האָט געוואָלט אים ליגן צוקאָפּנס. צום סוף, האָבן זיי זיך על־פּי־נס צונויפֿגעשמאָלצן אין אַ שטיינערנעם קישן. הגם די מלמדים אין חדר דערציילן די דאָזיקע מעשׂה אויף אַ בוכשטעבלעכן אופֿן — אין די פֿרומע קוואַרטאַלן פֿון ניו־יאָרק פֿאַרקויפֿט מען ביכלעך אויף ייִדיש מיט אילוסטראַציעס פֿונעם שטיינער־געשלעג אַרום יעקבֿ־אָבֿינו — דערקלערן די חסידישע צדיקים, וואָס די חז״ל האָבן געמיינט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.