זעלטן ווען דערשינען הײַנט ייִדיש־שפּראַכיקע קינדערביכער מחוץ דער חסידישער וועלט, שוין אָפּגערעדט פֿון דעם, אַז דרײַ זאָלן געדרוקט ווערן מיט איין מאָל.
לעצטנס האָט אָבער דער ייִדישיסטישער פֿאַרלאַג „אָלניאַנסקי־טעקסט‟, בראָש מיטן שעפֿערישן ייִדיש־רעדנדיקן פּאָרפֿאָלק ניקאָלײַ און אידאַ אָלניאַנסקי, געלאָזט וויסן, אַז מע גיט אַרויס דרײַ נײַע ייִדישע ביכלעך פֿאַר קינדער.
צוויי פֿון זיי זענען אינפֿאָרמאַטיווע. איינס פֿאַר ייִנגערע קינדער לערנט די נעמען פֿון פֿאַרשידענע פֿרוכטן און אַ צווייטס פֿאַר עלטערע גיט פּרטימדיקע אינפֿאָרמאַציע וועגן דער מענטשלעכער אַנאַטאָמיע. דאָס דריטע ביכל, „דער קראָליק דער קאָסמאָנויט‟ איז אַ מעשׂה־ביכל, וואָס דערציילט וועגן די אַווענטורעס פֿון אַ קראָליק, וואָס חלומט, אַז ער פֿאָרט צו דער לבֿנה. די ביכער האָבן אָנגעשריבן ניקאָלײַ אָלניאַנסקי און אילוסטרירט עמאַ עולאַוסאָן.
להיפּוך צום פֿאָריקן קינדערביכל „באַהאַלטערלעך מיט אַלף און בית פֿון פֿאַרלאַג „אָלניאַנסקי־טעקסט‟ וואָס איז דערשינען סײַ אויף שוועדיש, סײַ אויף ייִדיש, זענען די דרײַ ביכלעך געדרוקט געוואָרן אויסשליסלעך אויף ייִדיש. כּדי צו קריגן נאָך אינפֿאָרמאַציע וועגן די ביכער באַזוכט //olniansky.com.
פֿאַרלאַג „אָלניאַנסקי־טעקסט‟ גיט איבער אויף זײַן וועבזײַט, אַז ער האָפֿט אַרויסצוגעבן נאָך זעקס ייִדישע קינדערביכער במשך פֿונעם יאָר 2018. דאָס ערשטע וועט זײַן די מעשׂה „דער גליקלעכער מענטש‟ פֿון קאָבי ווײַצנער. אַן אַנאַמירטן נוסח פֿון דער דערציילונג, געלייענט פֿונעם מחבר, קען מען זען דאָ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.