די אײַנוווינער פֿון ליאָרדן אין האָלאַנד האָבן לעצטנס דורכגעפֿירט אַ ריזיקן ספּעקטאַקל לכּבֿוד דעם, וואָס זייער היימשטאָט איז די נײַע אייראָפּעיִשע „הויפּטשטאָט פֿון קולטור.‟ ליאָרדן איז באַקאַנט ווי די גרעסטע שטאָט פֿונעם פֿריזלענדיש־רעדנדיקן ראַיאָן און דער ספּעקטאַקל האָט, פֿאַרשטייט זיך, אָפּגעגעבן כּבֿוד דער אוניקאַלער מינאָריטעט־שפּראַך וואָס מע רעדט דאָרטן.
פֿריזלענדיש איז ווײַט אָבער ניט געווען די איינציקע היסטאָרישע מינאָריטעט־שפּראַך פֿונעם ראַיאָן. במשך פֿון הונדערטער יאָרן האָבן די אָרטיקע ייִדן גערעדט אַן אייגענעם דיאַלעקט פֿון מערבֿ־ייִדיש און געהאַט אייגנאַרטיקע מינהגים. כּדי צו באַערן די ייִדישע קולטור־ירושה פֿונעם ראַיאָן האָט מען פֿאַרבעטן די האָלענדיש־ייִדישע זינגערין לוצעט וואַן דען בערג אויפֿצוטרעטן מיט אַ קראַנץ ייִדישע לידער. 40,000 מענטשן, אַרײַנגערעכנט דעם האָלענדישן קעניג און קיניגין, זענען געקומען זען דעם ספּעקטאַקל און מע שאַצט אַז כּמעט אַ מיליאָן מענטשן האָבן אים געזען אויף דער טעלעוויזיע. בײַ דער געלעגנהייט האָט לוצעט וואַן דען בערג געטראָגן אַן אוניקאַל רעקל מיט אַ גאָלדענער פּאַווע.
וואַן דען בערג אַרבעט שווער צו פֿאַרזיכערן, אַז דער אויפֿטריט זאָל ניט זײַן דאָס לעצטע מאָל וואָס מע הערט אַ ייִדיש וואָרט אין ליאָרדן. שוין 10 יאָר אָרגאַניזירט זי דאָרטן אַ פֿעסטיוואַל געווידמעט דער ייִדישער קולטור. דער הײַיאָריקער פֿעסטיוואַל „ייִדישע כוואַליעס‟, וואָס וועט פֿאָרקומען פֿונעם 1טן ביזן 4טן מאַרץ, וועט אַרײַננעמען קאָנצערטן פֿון וועלט־באַרימטע מוזיקער, ייִדיש־קלאַסן, וואַרשטאַטן וועגן דער ייִדישער קולטור אין האָלאַנד און אַפֿילו אַ רעפֿעראַט בײַ דער אַקאַדעמיע פֿון דער פֿריזלענדישער שפּראַך וועגן דער ווירקונג פֿון פֿריזלענדיש אויפֿן אַמאָליקן אָרטיקן מערבֿ־ייִדיש.
נאָך אינפֿאָרמאַציע באַזוכט: //yiddishwaves.nl.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.