פּיעסעס פֿון חנוך לעווין בײַם „ניו־ייִדיש־רעפּ‟

Plays by Hanoch Levin at the New Yiddish Rep

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published February 16, 2018.

שוין עטלעכע יאָר האַלט דער „ניו־ייִדיש־רעפּ‟ אין איין אינסצענירן פּאָליטישע און אַוואַנגאַרדישע פּיעסעס פֿון דער וועלט־ליטעראַטור אויף ייִדיש. לעצטנס האָט מען געלאָזט וויסן, אַז די טרופּע וועט אין מאַרץ פֿאָרשטעלן אַן אַמביציעזע סעריע אויפֿפֿירונגען פֿון צוויי פּיעסעס פֿונעם ישׂראלדיקן דראַמאַטורג חנוך לעווין אויף דרײַ שפּראַכן.

די פּיעסעס, „די אַרבעט פֿונעם לעבן‟ און „די זונה פֿון אָהײַאָ‟ וועלן געבראַכט ווערן צום ערשטן מאָל אויף ייִדיש אין נײַע איבערזעצונגען פֿון אלי ראָזען, וואָס האָט פֿריִער איבערגעזעצט עזשען יאָנעסקוס׳ דראַמע „נאָזהאָרן‟ פֿאַר דער טרופּע.

בײַ דער זעלביקער געלעגנהייט וועט מען אויך אויפֿפֿירן „די אַרבעט פֿונעם לעבן‟ אויף ענגליש און „די זונה פֿון אָהײַאָ‟ אויף העברעיִש. געוויסע נעכט וועט מען קענען זען איין פּיעסע אויף העברעיִש און די אַנדערע אויף ענגליש. אַנדערע אָוונטן וועט מען קענען זען ביידע פּיעסעס אויף ייִדיש אָדער איין פּיעסע אויף ענגליש און איין פּיעסע אויף ייִדיש. מע קען באַקומען אַ הנחה בײַם רעזערווירן בילעטן אויף אַלע פֿיר פֿאָרשטעלונגען.

די פֿאָרשטעלונגען, 36 במשך פֿון 16 טעג, וועלן פֿאָרקומען פֿונעם 14טן ביזן 29סטן מאַרץ בײַם Theatre at 224 Waverly Place. כּדי צו באַשטעלן בילעטן באַזוכט: //www.newyiddishrep.org.

חנוך לעווין ווערט געהאַלטן פֿאַר איינעם פֿון די וויכטיקסטע דראַמאַטורגן אין דער ישׂראלדיקער געשיכטע. געבוירן געוואָרן אין תּל־אָבֿיבֿ אין 1943 בײַ עלטערן פֿון לאָדזש, האָבן זײַנע 55 פּיעסעס סײַ באַוווּנדערט די ישׂראלדיקע קריטיקער, סײַ געשאַפֿן אַ סך קאָנטראָווערסיע און אַפֿילו אָפֿיציעלע צענזור דורך דער ישׂראלדיקער רעגירונג.


„די אַרבעט פֿונעם לעבן‟
אַקטיאָרן אויף ייִדיש: רונית אַשרי, געראַ סאַנדלער און אלי ראָזען.
אַקטיאָרן אויף ענגליש: עמי קאָלמאַן, אלי ראָזען און יוסי סאָקאָלסקי

„די זונה פֿון אָהײַאָ‟
אַקטיאָרן אויף ייִדיש: דוד מאַנדעלבאַום, אלי ראָזען און מערי בלעק.
אַקטיאָרן אויף העברעיִש: ורד הענקין, אלי ראָזען און דוד מאַנדעלבאַום.