שײַכותדיקע אַרטיקלען:
//yiddish.forward.com/articles/181226/among-hebrew-books-and-romani-dancers/
https://yiddish2.forward.com/node/1506.html
אין מײַן פֿריִערדיקן אַרטיקל וועגן דער מיצווה פֿון מחית־עמלק, אין שײַכות צו דער פּרשה „תּצווה‟, האָב איך דערמאָנט די מיסטעריעזע „מגילת סתרים‟ פֿון רבי נחמן בראַצלעווער. איינער אַ לייענער האָט זיך געווענדט צו מיר מיט אַ טענה, אַז דער דאָזיקער ספֿר, אויך באַקאַנט ווי „מסכת פּורים‟, האָט גאָרנישט צו טאָן מיט חסידים, קבלה און משיחישע ענינים. ס׳איז אַ שפּאַסיקער טעקסט פֿון אַן אומבאַקאַנטן אַמאָליקן בדחן. הגם דאָרטן ווערן עמלק און המן דערמאָנט ווי כּשרע חכמים, מיינט עס נישט, אַז עמלק וועט תּשובֿה טאָן – ס׳איז בלויז שטותים און ליצנות.
אין דער אמתן, זענען פֿאַראַן אַ גאַנצע ריי ספֿרים באַטיטלט „מגילת סתרים‟. וואָס שייך חסידות און משיחישע ענינים, טראָגן אַזאַ נאָמען די זכרונות־נאָטיצן פֿונעם צווייטן קאָמאַרנער רבי, יצחק־אײַזיק־יהודה־יחיאל סאַפֿרין. דער מחבר האָט אָנגעשריבן ס׳רובֿ זײַנע ווערק אין אַ טיף־מיסטישן סטיל; כּדי זיי צו פֿאַרשטיין, מוז מען קענען כאָטש אַ ביסל די כּתבֿי־אַריז״ל און אַנדערע קלאַסישע קבלה־ספֿרים. להיפּוך צום פֿאַרשפּרייטן סטערעאָטיפּ, האָט דער דאָזיקער רבי געהאַלטן, אַז ס׳איז כּדאַי אַפֿילו פֿאַר 9־יאָריקע צו לערנען קבלה.
בײַ אַ סך הײַנטיקע חסידים האַלט מען אין שטוב דעם קאָמאַרנער חומש „היכל הברכה‟, באַגלייט מיט אַ גרויסן קבלה־קאָמענטאַר. מע קויפֿט עס אָבער אָפֿט ווי אַ מין סגולה; אַ טייל חסידים האָבן בכלל מורא אַרײַנצוקוקן אַהין. מער באַקאַנט ווי פּראַקטישע לייען־מאַטעריאַלן זענען זײַנע ספֿרים „נוצר חסד‟ און „נתיבֿ מצותיך‟.
אַזוי ווי רבי נחמן, האָט דער קאָמאַרנער רבי אַרויסגערופֿן אַ קאָנטראָווערסיע צווישן אַנדערע חסידים צוליב זײַנע פּסקי־דינים, וואָס זײערע אומגעוויינטלעכע דעות און קבלה־פּראָפּאַגאַנדע שיידן זיך צו מאָל ממשותדיק אָפּ פֿונעם שולחן־ערוך. הגם זײַן „מגילת־סתרים‟ איז שוין לאַנג באַקאַנט, האָבן די הײַנטצײַטיקע פֿאָרשער באַמערקט, אַז אין די אָריגינעלע כּתבֿ־ידן געפֿינען זיך געוויסע פֿראַגמענטן, וואָס די פֿאַרלעגער האָבן צענזורירט. דער קאָמאַרנער רבי דערציילט אין זײַן טאָגבוך, אַז ער האָט אַמאָל געחלשט נאָכן ביטערן וויינען צוליב דעם צער פֿון דער הייליקער שכינה, און זי איז צו אים געקומען אין אַ וויזיע ווי אַ ליכטיק־שיין מיידל און אָנגעזאָגט: „שטאַרק זיך, מײַן זון‟. ווײַזט אויס, האָט די מעשׂה געמאַכט די פֿאַרלעגער אומבאַקוועם.
רבי נחמן און דער קאָמאַרנער רבי זענען ביידע באַקאַנט ווי שׂונאים פֿון פֿילאָסאָפֿיע. מיט שאַרפֿע ווערטער האָבן זיי פֿאַרדאַמט אַפֿילו אַזעלכע קלאַסישע חקירה־ספֿרים, ווי דעם רמב״מס „מורה־נבֿוכים‟ און דעם תּורה־פּירוש פֿון אבן־עזרא. להיפּוך, האָט דער ספֿרדישער חכם שמואל מוטוט (מאָטאָט) אָנגעשריבן מיט 700 יאָר צוריק אַ פֿילאָסאָפֿישן קאָמענטאַר אויף אבן־עזראס פּירוש, פֿאַרעפֿנטלעכט אין ווענעדיק אינעם יאָר 1553. ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז אין די האַנט־געשריבענע קאָפּיעס פֿון זײַן ספֿר טרעפֿן זיך אויך אַ גאַנצע ריי פֿראַגמענטן, וואָס זענען נישט אַרײַן אין דער געדרוקטער ווערסיע. דער מחבר האָט עקלעקטיש אויסגענוצט פֿאַרשיידענע עלעמענטן פֿון קבלה, מוסולמענישן מיסטיציזם און גריכישע און אַראַבישע פֿילאָסאָפֿישע געדאַנקען.
עס זענען דאָ אַ צאָל אַנדערע „מגילות סתרים‟, אַרײַנגערעכנט אינטערעסאַנטע חסידישע דרשות מיט אַ קבלהדיקן טעם פֿון הרבֿ דוד־שלמה אייבעשיץ, אַ באַקאַנטער רומענישער פּוסק און דענקער, צום מערסטן באַקאַנט ווי דער מחבר פֿונעם קלאַסישן ספֿר „ערבֿי־נחל‟. דער לייענער פֿון מײַן פּרשה־אַרטיקל האָט אָבער זיכער געמיינט אַן אַנדער טעקסט, טאַקע פֿול מיט בדחנישע שפּאַסן, וואָס איז עלטער ווי אַלע אויבן־דערמאָנטע טעקסטן; ער איז אַרויס אין ווענעדיק אין 1552, גלײַך פֿאַר שמואל מוטוטס פֿילאָסאָפֿישן קאָמענטאַר. נאָך פֿריִער, אין 1513, איז עס געדרוקט געוואָרן מיט אַ קליינעם טיראַזש אין פּעסאַראָ, איטאַליע.
אין דער ווענעדיקער אויסגאַבע שטייט נישט געשריבן דער נאָמען פֿונעם מחבר. דערצו, צירקולירן אין דער וועלט פֿאַרשיידענע וואַריאַנטן פֿון „מגילת סתרים‟, „מסכת פּורים‟ אָדער „מסכת המן‟, באַגלייט מיט פּאַראָדיעס פֿון רש״י און תּוספֿות, שפּאַסיקע פּיוטים און אַנדערע טשיקאַוועסן. קורצע פֿראַגמענטן פֿון הײַנטצײַטיקע שאַפֿונגען, אָנגעשריבן אין אַזאַ נוסח, קאָן מען טרעפֿן אויף דער באַקאַנטער פֿרומער וועבזײַט „בחדרי חרדים‟.
אין דעם פֿאַל, האָט זיך געשאַפֿן אַ פּלעפֿנדיקע אַטמאָספֿער אי אַרום דעם ספֿר, אי אַרום דעם מחבר. עס שאַפֿט זיך דער אײַנדרוק, אַז ס׳איז אַ רעזולטאַט פֿון קאָלעקטיווער בדחנישער שעפֿערישקייט. למשל, דער טעקסט אין דער ארץ־ישׂראלדיקער „מגילת סתרים – מסכת פּורים‟ פֿונעם יאָר 1720 שטימט אין גאַנצן נישט מיט דער דײַטשישער „תּלמוד בבֿלי – מסכת פּורים‟ פֿון 1844, הגם אין ביידע ביכער גייט די רייד וועגן שיכּרות און ליצנות.
אין דער אמתן, איז דער מחבר פֿון דער אָריגינעלער „מסכת פּורים‟ גאַנץ גוט באַקאַנט – רבי קלונימוס בן קלונימוס, אַ פּראָמינענטער פּראָוואַסלאַווער חכם פֿונעם 14טן יאָרהונדערט, אַ פֿילאָסאָף און איבערזעצער. געבוירן און דערצויגן אין אַרל, אַמאָל אַ גרויסער צענטער פֿון ייִדישקייט אין דרום־פֿראַנקרײַך, האָט ער שטודירט גמרא און פֿילאָסאָפֿיע אין סאַלאָניק. ווען דער צענטער פֿון דער קאַטוילישער קירך איז אַריבער פֿון רוים קיין אַוויניאָן, האָט קלונימוס בן קלונימוס זיך אויך דאָרטן באַזעצט ווי אַ כּלל־טוער. במשך פֿון זײַן לעבן, האָט דער דאָזיקער חכם איבערזעצט פֿון אַראַביש אויף לשון־קודש צענדליקער פֿילאָסאָפֿישע, מעדיצינישע, אַסטראָנאָמישע און אַנדערע ביכער.
זײַן אָריגינעלער מוסר־ספֿר „אבֿן בוחן‟ ווײַזט קלאָר, אַז דער מחבר איז געווען אַן אמתער תּלמיד־חכם. אַגבֿ, ס׳איז כּדאַי צוצוגעבן, אַז אַזאַ נאָמען טראָגן אויך אַ גאַנצע ריי אַנדערע ספֿרים. אין זײַן „מסכת פּורים‟ שפּירט זיך דער גײַסט פֿונעם מיטל־עלטערלעכן פּראָוואַנס, ווי אויך, מעגלעך, דעם איטאַליענישן רענעסאַנס; קלונימוס בן קלונימוס האָט פֿאַרבראַכט אַ ממשותדיקע צײַט אין רוים. אַ טייל זײַנע מיטצײַטלער האָבן זיך שטאַרק נעגאַטיוו באַצויגן צום מחברס הומאָר, ווײַל עס קלינגט ווי אַ פּאַראָדיע אויף דער גמרא און דבֿרי־חז״ל.
די כּמו־תּלמודישע מסכתּא הייבט זיך אָן מיט אַ פּילפּול אַרום דעם אויסגעטראַכטן נבֿיא חבקבוק – פֿונעם לשון־קודשדיקן „בקבוק‟, אַ פֿלאַש – וועלכער האָט, כּלומרשט, מקבל געווען די תּורה פֿון כּרמי – „מײַן ווײַנגאָרטן‟. ווײַטער ווערן אין דער מסכתּא דערמאָנט אַזעלכע אויסגעטראַכטע „חכמים‟, ווי רבי בלעם, רבי קמצן און רבי אכלן.
נישט געקוקט אויפֿן בפֿירוש בדחנישן סטיל, איז „מסכת פּורים‟ גאַנץ באַלערנדיק. די שפּאַסן קלינגען גאַנץ ענלעך צום נישט־ייִדישן פֿראַנצייזישן מיטל־עלטערלעכן הומאָר און שפּיגלען אָפּ די אָרטיקע פֿאָלק־סגולות. למשל, דער מחבר שרײַבט, אַז בײַם עסן דאַרף מען טרינקען ווײַן, כּדי צו האָבן קינדער און ווײַל ס׳איז גוט צו די אויגן.
אין פֿאַרגלײַך מיט אַנדערע טעג, שטייט געשריבן אין דער מסכתּא, דאַרף מען נישט בײַ דער פּורים־שׂימחה מקפּיד זײַן, וואָס פֿאַר אַ ווײַן מע טרינקט.
שפּאַסיק צי נישט, שטימט עס מיטן באַקאַנטן דרום־אייראָפּעיִשן ליבעראַלן מינהג. אין איטאַליע האָבן די רבנים מתּיר געווען דעם יין־סתּ״ם – נישט־ייִדישן ווײַן, וואָס האָט אַרויסגערופֿן אַ חידוש און אַ קאָנטראָווערסיע בײַ די מיזרח־אייראָפּעיִשע פּוסקים.
אַזוי צי אַנדערש, באַקומט זיך, אַז בײַ ייִדן זענען פֿאַראַן פֿאַרשיידנאַרטיקע „מגילות סתרים‟, פֿון שפּאַסיקע ביז טיף־מיסטישע. פֿון דעסט וועגן, טרעפֿט זיך טאַקע אין „מסכת פּורים‟ אַן אַנדער מין סודות, וואָס וואַרטן אויף זייערע אַנטפּלעקער. אינעם טעקסט ווערן דערמאָנט עטלעכע קאָנקרעטע קולינאַרישע רעצעפּטן און פּראַקטישע עצות פֿאַר קעכער. עס קאָן זײַן, אַז דאָס איז דער סאַמע אינטערעסאַנטער טייל פֿון רבי קלונימוסעס ווערק, וואָס קאָן, אין פּרינציפּ, צו נוץ קומען בײַ די הײַנטיקע פּורים־שׂימחות. כּדי צו אַנטפּלעקן די סודות פֿון דער מיטל־עלטערלעכער קעכערײַ, מוז מען אָבער דורכפֿירן אַ סיסטעמאַטישן אַנאַליז פֿון דערמאָנטע געווירצן, מאָסן און כּלים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.