אַהרן לאַנקסי, דער גרינדער און פּרעזידענט פֿונעם „ייִדישן ביכער־צענטער,‟ זאָגט אָפֿט אין זײַנע עפֿנטלעכע רעדעס, אַז די ייִדישע טאָגשולן באַזאָרגן ניט די תּלמידים מיט אַ פֿולער ייִדישער דערציִונג, ווײַל זיי לערנען זיי כּמעט גאָרניט וועגן דער מאָדערנער ייִדישער קולטור. די פּראָבלעם, דערקלערט לאַנסקי, איז ניט סתּם אַן אידעאָלאָגישע — אַז, מע האַלט ניט די דאָזיקע קולטור פֿאַר וויכטיק, נאָר אויך אַ פּראַקטישע — די לערער אַליין ווייסן גאָרניט וועגן דער ייִדישער קולטור־געשיכטע מחוץ דעם וואָס ווערט באַשריבן אינעם תּנ׳׳ך און דאָס וואָס איז פֿאָרגעקומען אינעם מאָדערנעם ישׂראל.
כּדי צו פֿאַרבעסערן דעם מצבֿ, פֿירט דער „ייִדישער ביכער־צענטער‟ שוין יאָרן־לאַנג אָן מיט אַ זומער־פּראָגראַם, וואָס לערנט מיטלשול־תּלמידים וועגן דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור דורך אינטענסיווע סעמינאַרן, אין וועלכע די תּלמידים לייענען ווערק פֿון דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור און טרעפֿן זיך מיט הײַנטצײַטיקע ייִדישע שרײַבער.
אַז מע וויל אָבער משפּיע זײַן אויף מער תּלמידים פֿון די ייִדישע שולן, איז דער גרינגסטער אופֿן ניט צו באַווירקן בלויז די תּלמידים, נאָר אויך זייערע לערער, ווײַל אַ לערער לערנט דאָך צענדליקער תּלמידים מיט אַ מאָל. דערפֿאַר וועט דער „ייִדישער ביכער־צענטער‟ הײַיאָר אָנפֿירן מיט אַן אינטענסיוון סעמינאַר פֿאַר לערער, אין וועלכן מע וועט צוזאַמען לייענען ליטעראַרישע ווערק, זיך דערוויסן וועגן דער מאָדערנער ייִדישער געשיכטע און אַרומרעדן ווי אַזוי מע קען אַרײַנוועבן די דאָזיקע עלעמענטן אין זייערע קלאַסן. אין דער פּראָגראַם, וואָס וועט פֿאָרקומען פֿונעם ערשטן ביזן 27סטן יולי, וועלן לערנען די איבערזעצערין און היסטאָריקערין — אַמעליע גלאַזער (קאַליפֿיאָרניער אוניווערסיטעט, סען־דיעגאָ), די פֿאָרשערין פֿון דער חורבן־ליטעראַטור — שׂרה ר. האָראָוויץ (יאָרק־אוניווערסיטעט), דער אַקאַדעמישער דירעקטאָר פֿונעם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ דזשאַש לאַמבערט, די פֿאָרשערין פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור — חנה (אַניטאַ) נאָריך, די פֿאָרשערין פֿון דער ישׂראלדיקער ליטעראַטור — נעמה ראָקען (שיקאַגער אוניווערסיטעט) און יונתן סקאָלניק, אַ פֿאָרשער פֿון דער דײַטשיש־ייִדישער ליטעראַטור (מאַסאַטשוסעטסער אוניווערסיטעט, אַמהערסט).
די באַטייליקונג אין דער פּראָגראַם איז בחינם. די לערער וועלן פֿאַרזאָרגט ווערן מיט קעסט און אַ צימער און וועלן דערצו באַקומען אַן האָנאָראַר פֿון 3,000$. אַפּליקאַציעס קען מען אַרײַנשיקן ביזן 5טן מאַרץ.
נאָך אינפֿאָרמאַציע באַזוכט: https://www.yiddishbookcenter.org/educational-programs/educators/great-jewish-books-teacher-summer-seminar
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.