אַ דאַנק דער אַנטדעקונג פֿאַראַיאָרן פֿון מער ווי הונדערט־טויזנט זײַטן מאַטעריאַלן וואָס האָבן אַמאָל געהערט צום ווילנער „ייִוואָ‟, איז די געשיכטע פֿונעם „ייִוואָ‟ געוואָרן אַן אינטערעסאַנטע טעמע בײַם ברייטן עולם. פֿאַר די וואָס ווילן זיך פֿאַרטיפֿן אין דער געשיכטע פֿון אָט דער אָרגאַניזאַציע איז די איינציקע פֿולשטענדיקע געשיכטע פֿונעם „ייִוואָ‟ ד״ר צירל קוזניצס בוך אויף דער טעמע, וואָס איז אַרויס אין 2014, און איז ערשט ווידער אַרויסגעלאָזט געוואָרן מיט ווייכע טאָוולען.
לכּבֿוד דעם געשעעניש וועט די באָסטאָנער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דאָס ייִדישע קול‟ אינטערוויויִרן ד״ר קוזניץ וועגן איר פֿאָרשאַרבעט. דעם אינטערוויו וועט דורכפֿירן ד׳׳ר שלום ביינפֿעלד, אַן עמעריטירטער געשיכטע־פּראָפֿעסאָר בײַם וואַשינגטאָן־אוניווערסיטעט אין סיינט־לויִס, וואָס איז אַ מיטרעדאַקטאָר פֿונעם „אַרומנעמיקן ייִדיש־ענגליש ווערטערבוך.‟ ד״ר קוזניץ איז די דירעקטאָרשע פֿון דער פּראָגראַם פֿון יודאַיִסטיק אין „באַרד־קאַלעדזש,‟ וווּ זי לערנט קורסן וועגן דער ייִדישער געשיכטע.
דאָס „ייִדישע קול‟ איז הײַנט די איינציקע וועכנטלעכע ראַדיאָ־פּראָגראַם אויף ייִדיש אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. עס ווערט טראַנסמיטירט דורך דער באָסטאָנער ראַדיאָ־סטאַנציע WUNR זינט 1994. די פּראָגראַם פֿירט אָן דער ייִדישער קולטור־טוער מאיר דוד. מע קען הערן אַלע טראַנסמיסיעס דירעקט אויף דער וועבזײַט פֿון דער פּראָגראַם.
דער אינטערוויו מיט ד׳׳ר קוזניץ וועט טראַנסמיטירט ווערן מיטוואָך, דעם 7טן מאַרץ, 7:30 אין אָוונט אויף WUNR 1600 AM אין באָסטאָן און אומגעגנט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.