זעלטענע פּאָזיציע צום באַקומען אין ייִדישלאַנד

Rare Position Available in Yiddishland


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published April 04, 2018.

במשך פֿון די לעצטע 5 יאָר האָט די סטיפּענדיע־פּראָגראַם פֿאַר איבערזעצער בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ סײַ אויסגעשולט צענדליקער איבערזעצער, סײַ געהעכערט דעם פּרעסטיזש פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור דורכן העלפֿן אַרויסצוגעבן נײַע ווערק אויף ענגליש. ביז איצט האָבן זכריה שולמאַן און איתן קענסקי אָנגעפֿירט מיט דער פּראָגראַם. אָבער שולמאַן איז לעצטנס אַוועק כּדי אָנצופֿירן מיט „קלעזקאַנאַדע‟ און ד׳׳ר קענסקי האָט אויך באַקומען אַ נײַע שטעלע.

דערפֿאַר זוכט דער „ביכער־צענטער‟ איצט אַ „דירעקטאָר פֿון איבערזעצערײַ און קאָלעקציע־איניציאַטיוון‟, אַ פּאָסטן וואָס נעמט אַרײַן עטלעכע אַחריותן: דער מענטש וועט אָנפֿירן מיט דער איבערזעצונג־סטיפּענדיע־פּראָגראַם (אַרײַגערעכנט אַלע אַדמיניסטראַטיווע אויפֿגאַבעס); רעדאַקטירן אַ ספּעציעלן איבערזעצונג־נומער פֿונעם זשורנאַל „פּאַקן־טרעגער‟ און פֿאַרטרעטן דעם „ביכער־צענטער‟ און זײַנע סטודענטן אויף די אַקאַדעמישע קאָנפֿערענצן געווידמעט דער ליטעראַרישער איבערזעצערײַ. דער „דירעקטאָר פֿון איבערזעצערײַ און קאָלעקציע־איניציאַטיוון‟ וועט אויך צונויפֿשטעלן אויסשטעלונגען באַזירט אויף די ביכער און רעקאָרדירונגען וואָס דער „ביכער־צענטער‟ פֿאַרמאָגט, שאַפֿן עפֿנטלעכע פּראָגראַמען פֿאַרן ברייטן עולם און לערנען אין קלאַסן און קורסן פֿונעם „ביכער־צענטער.‟

דער פּאַסיקער קאַנדידאַט דאַרף קענען גוט רעדן, לייענען און שרײַבן אויף ייִדיש און ענגליש, זײַן אַ קענער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור און דאַרף שוין האָבן אַ דאָקטאָראַט אין ייִדיש אָדער אַן ענלעכן פֿעלד. כּדי צו באַקומען נאָך אינפֿאָרמאַציע באַזוכט: https://www.yiddishbookcenter.org/about/employment.