(לכּבֿוד בינעם העלערס 20סטן יאָרצײַט)
אין וווּנדערלעכן מאָנאַט מײַ, אינעם 12טן טאָג פֿון חודש, איז ניפֿטר געוואָרן דער דיכטער בינעם העלער.
מײַ, גלויב איך, איז געווען העלערס באַליבטסטער חודש פֿון יאָר, לכל־הפּחות זינט דעם 9טן מײַ 1945 ווען דער נצחון איבער די נאַציס איז בײַ אים פֿאַרבונדן געוואָרן מיט דער צעבליִונג פֿון זײַן היימלאַנד, פּוילן. דער בעז האָט געבליט בשעת די רויטע פֿאָן האָט געפֿלאַטערט, און העלער איז געוואָרן פֿאַרשיכּורט פֿון ביידע.
ער, וואָס איז געבוירן גאוואָרן אין וואַרשע אין יאַנואַר 1908, איז אַוועק פֿון זײַן היימשטאָט אין סעפּטעמבער 1939, און ווען די נאַציס זײַנען אַרײַן אין ביאַליסטאָק איז ער אַנטלאָפֿן ביז אַלמאַטי, קאַזאַכסטאַן. ווי אַ לאַנג־יעריקער קאָמוניסט איז ער אַוועק קיין מאָסקווע און געבליבן דאָרטן ביז 1948, אַ סך שפּעטער ווי דאָס רובֿ אַנדערע רעפּאַטריאַנטן וואָס זײַנען געהאַט צוריקגעפֿאָרן קיין פּוילן. אין פּוילן האָט ער זיך באַמיט זיך צוצופּאַסן צום אַלט־נײַ לאַנד און בלײַבן צווישן די געציילטע ייִדן וואָס האָבן בכּיוון געוואָלט ווײַטער שאַפֿן אויף ייִדיש.
„מײַן שטאַם איז צו שטיינער און ציגל געוווינט / מײַן אור־זיידע האָט שוין אין וואַרשע געוווינט,‟ האָט העלער געשריבן אין יאָר 1954, און אויך ער האָט געוואָלט זיך צוגעוווינען צו דער נײַער שטאָט. מיט אַ שטאָלצן טאָן האָט ער באַשריבן ווי מע בויט אַ צוקונפֿט אין וואַרשע. ער, ווי אַ רעאַל־סאָציאַליסט, האָט קיינמאָל נישט גענייגט צו סימבאָליזם, און דעם מאָדערניזם האָט ער שוין פֿאַרשפּעטיקט. דערפֿאַר קאָן מען זען אין העלערס פּאָעזיע אַ מין טאָגבוך — און נישט אין זינען פֿון סוצקעווערס „לידער פֿון טאָגבוך‟, נאָר ממש אַן אויטאָביאָגראַפֿיע אין ליד: ער האָט באַגלייט די קאָנקרעטע געשעענישן און די ספּעציפֿישע ערטער אין זײַן לעבן. אַזוי האָט ער געשילדערט ווי מע בויט
נײַע הוטעס און פֿאַבריקן
נײַע וועגן איבער בריקן,
נײַע ווײַסע הײַזער־בלאָקן
אויפֿגעהויבענע אויף שטאָקן…
שנעל מיר דאַרפֿן זיך באַפֿרײַען
פֿון דעם דורותדיקן עלנט —
ביז די וועלט וועט אונדז געפֿעלן.
העלער האָט געפֿונען נײַע הייליקע ערטער: „בײַם דענקמאָל פֿון געטאָ, מײַן כּותל מערבֿי‟. בפֿרט האָט ער זיך אינדענטיפֿיצירט מיט דער פּוילישער נאַטור: „אַ דיכטער פֿון דער פּוילישער מדינה / האָב איך מײַן ליד געהייליקט דער בערעזע‟ האָט ער געשריבן אין פֿעברואַר 1955. און אין יולי, אין ליד „מײַן אָרט‟, פֿרעגט ער:
צי בין איך שוין דער לעצטער פֿון די זינגער
און קיינער וועט ירשנען מײַן ליד?…
צי וועט פֿון מיר דער מינדסטער שפּור פֿאַרשווינדן
אָט דאָ, וווּ יעדער בוים האָט מיר דערקענט?
צו די אַלע פֿראַגעס האָט ער געוואָלט ענטפֿערן מיט אַ זעלבסט־סוגעסטיע, כּמעט ווי מיט אַן אָפּשפּרעכונג: „ניין, ניין! איך וועל די ערד פֿון הונדערט דורות / נישט לאָזן אָן מײַן ניגון און מײַן וואָרט.‟
אַ יאָר שפּעטער איז אָבער געשען אַן איבערקערעניש אין העלערס לעבן און שאַפֿונג. צוזאַמען מיט זײַן משפּחה — זײַן צווייטע פֿרוי, די אַקטריסע הדסה קעסטין און זײַן טאָכטער דינה — איז ער געקומען אין סעפּטעמבער 1956 אויף אַ באַזוך אין ישׂראל. העלער, איינער פֿון די בולטע פֿאָרשטייערס פֿון ייִדישן לעבן אין פּוילן, האָט מען גאָר אויפֿגענומען מיט גרויס כּבֿוד. אַ סך ייִדישיסטן און אָרטיקע קאָמוניסטן האָבן אים מקבל־פּנים געווען, און אין דער צײַטונג פֿון דער ישׂראלדיקער קאָמוניסטישער פּאַרטיי „קול העם‟ האָט מען פּובליקירט דעם אַרטיקל „בינעם העלער — דער פּאָעט פֿון זײַן תּקופֿה‟. אַפֿילו די ציוניסטישע צײַטונג “על המשמר” האָט דעמאָלט געשריבן וועגן זײַן באַזוך.
נאָך זעקס וואָכן איז העלער אַוועק קיין בריסל, וווּ ס׳האָט געלעבט זײַן ברודער נחמן, אָבער קיין פּוילן האָט ער זיך קיין מאָל נישט אומגעקערט. דאָרטן, אין בריסל, האָט ער, אַ פּנים, דורכגעמאַכט אַ טיפֿע טראַנספֿאָרמאַציע, וואָס קומט פֿאָר זייער זעלטן בײַ אידעאָלאָגישע מענטשן ווי ער. אין אַ קורצער צײַט האָט ער אויסגעביטן זײַן קאָמוניזם אויף ציוניזם, און צוריקגעפֿאָרן קיין ישׂראל, דאָס מאָל — ווי אַן עולה חדש. העלער האָט קיינמאָל נישט געשריבן וואָס ס׳איז דעמאָלט געשען, אָבער ווען מע נישטערט אין יענע גורלדיקע טעג קאָן מען געפֿינען עטלעכע סימנים.
אינעם קראַנץ לידער „דער רוף‟, וואָס ער האָט געשריבן בעת זײַן באַזוך און תּיכּף נאָך אים, שרײַבט ער וועגן דעם פּאָליציאַנט וואָָס נעמט זײַן פּאַס אין חיפֿה, זאָגט “שלום!” און בעט אים, צי באַפֿוילט אים: „בלײַבט!‟ אין דעם וואָרט הערט העלער אַ מין בת־קול, און יענעם אויפֿדערנאַכט זעט ער אַ „היימישע שײַן‟. אַמאָל איז איין וואָרט גענוג בכדי מיר זאָלן זיך פֿילן היימיש, און מסתּמא האָט דאָס וואָרט „פֿאַרבלײַבט‟, וואָס ער האָט אַזוי געוואָלט הערן אין וואַרשע, אים שטאַרק געפֿעלן. דערפֿאַר שרײַבט ער אין דער זעלביקער נאַכט: „אַן אייגענער בין איך — די ערד / האָט אויך אין דער נאַכט מיך דערקענט‟.
באַלד אַנטפּלעקט ער די נײַע פּייזאַזשן פֿון לאַנד און קלערט:
און אפֿשר איז טאַקע באַשערט
אַז דאָס איז דאָס איינציקע אָרט
וווּ איך וועל געפֿינען דעם ווערט
פֿון טאַט און פֿון קראַפֿט אין מײַן וואָרט.
דערלייזן דאָס רעטעניש פֿון זײַן „גילגול‟ קאָן מען נישט דאָ, אָבער רמזים זײַנען יאָ בנימצא: דער עיקר, גלויב איך, איז דאָס וואָס העלער איז אייגנטלעך קיינמאָל ניט געווען קיין אינטערנאַציאָנאַלנער אַסימילאַנט: ער איז בפֿירוש געווען אַ ייִדישער פּאָעט, וואָס זוכט כּסדר אַ שטיקל ערד בכדי צו פֿאַרפֿלאַנצן און קולטיווירן זײַנע ייִדישע ווערטער. תּחילת האָט ער געוואָלט גלויבן אַז פּוילן וועט סטײַען, אָבער ווען ער האָט זיך באַקענט מיט ישׂראל, האָט ער שוין געקלערט אַז דווקא דאָ קאָן בליִען דאָס ייִדישע וואָרט. אַזוי האָט ער טאַקע געשריבן אין דער לעקציע וואָס ער האָט געגעבן אין דער ייִדישער פֿאָלקס־ביבליאָטעק אין מאָנטרעאָל אין 1972. אין ישׂראל, טענהט ער, זײַנען פֿאַראַן די דרײַ תּנאים וואָס זײַנען נייטיק צו ווערן אַ ייִדישער צענטער: אַ „חלוצים־דור‟ (דאָס זענען געווען, הייסט עס, די ערשטע ייִדישיסטן, ווי יוסף פּאַפּיערניקאָוו, למשל); אימיגראַנטן און נײַע יונגע שעפֿערס.
העלער האָט געפֿונען נײַע מאַטעריאַלן צו זײַן פּאָעזיע, נײַע ביימער אַנשטאָט די פּוילישע בערעזעס און סאָסנעס, און מיט דעם האָט ער באַנײַט זײַן פּאָעזיע. אַזוי האָט פֿריִער געטאָן אויך אַבֿרהם סוצקעווער, וואָס האָט פֿאַרוואַנדלט די סיבירישע מעטאַפֿאָרן אין נגבֿ־מדברדיקע וווּנדערס. אָבער נאָך דער ערשטער באַגײַסטערונג איז אויך געקומען אַ נײַער שטאַפּל אין זײַן שאַפֿונג.
ער, קאָן מען זאָגן, האָט מוותּר געווען אויף די אָפּטימיסטישע באַמיִונגען צו זוכן אַ צוקונפֿט, און זיך אומגעקערט צום עבֿר. זינט זײַן בוך „זיי וועלן אויפֿשטעלן‟, פֿון יאָר 1984, זעט מען דווקא אַ באַמיִונג אויפֿצולעבן די פֿאַרגאַנגענהייט – און אָן שום ספֿק, זײַנען זײַנע לעצטע לידער אויך די טיפֿסטע און די באַרירנדיקסטע. דאָס בוך הייבט זיך אָן מיט אַ נײַער באַשווערונג: „איך קום, איך קום אָן, איך בין דאָ‟, און נישט צופֿעליק קאָן מען געפֿינען צווישן אָט די לידער זײַן באַרימט ווערק „מײַן שוועסטער חיה‟, וואָס חוה אַלבערשטיין האָט אַזוי פּרעכטיק קאָמפּאָנירט און געזונגען אין איר „קרעניצע‟.
טאַקע אַ דאַנק דער שוועטסער חיה האָב איך זיך באַקענט מיט בינעם העלערן, און איך קאָן זאָגן אַז דאָס, צווישן אַנדערע, האָט דערוועקט בײַ מיר דעם אינטערעס צו ייִדיש. כאָטש העלער און אַני הקטן זײַנען געווען כּמעט שכנים אין תּל־אָבֿיבֿ, האָב איך בינעם העלער נישט געקענט. ווי ס׳רובֿ אַנדערע פּאָעטן וואָס חוה אַלבערשטיין האָט פֿאַראייביקט אין איר פֿילם „מוקדם מדי לשתוק, מאוחר מדי לשיר‟ (צו פֿרי איז אפֿשר נאָך פֿאַר אונדז צו שווײַגן, צו זינגען איז עס אפֿשר אויך צו שפּעט — אַ שורה פֿון העלערס ליד), האָב איך נאָר שפּעטער געקענט זייערע לידער — און פֿאַראַן ווערטער וואָס עלטערן זיך נישט. דאָס וואָס העלער האָט געשריבן אין זײַן ליד, „און איך בין אין דער ייִדישער מדינה, דער סאַמע לעצטער וואָס האָט זי דערקענט‟, דווקא זײַן טיפֿסטער פּעסימיזם האָט מיך געמוטיקט צו זוכן פּרטים וועגן דער שוועסטער חיה, און באַקענען זיך מיט העלערס שאַפֿונג און זייער לשון און סבֿיבֿה: דאָס האָט מיך דערפֿירט צו סמאָטשע־גאַס אין וואַרשע און דערווײַל האָב איך טאַקע שוין געענדיקט שרײַבן אַ בוך וועגן די „סמאָטשערס‟, אַזוי אַז איצט, לכּבֿוד בינעם העלערס 20סטן יאָרצייט, בליט פֿונדאָסנײַ אַ בעז — אפֿילו דאָ, אין דער כאַמסינער מדינה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.