במשך פֿונעם לעצטן יאָרצענדליק האָט די „פֿאָלקסבינע‟ אַרײַנגענומען אין אירע גרעסערע פֿאָרשטעלונגען אַ צאָל טאַלאַנטירטע אַקטיאָרן, וואָס קענען ניט קיין ייִדיש און האָבן אַפֿילו ניט קיין הינטערגרונט אויף דער ייִדישער בינע. כאָטש יענע אַקטיאָרן זענען זייער פֿעיִק, זענען זיי געוויינטלעך ייִנגערע לײַט, וואָס זענען ניט ברייט באַקאַנט און זייען אין די ראָלעס אַ געלעגנהייט צו באַקומען דערפֿאַרונג כּדי צו קענען שטײַגן העכער אין זייער קאַריערע. דאָס הייסט, דער טעאַטער איז פֿאַר זיי אַ מין „שפּרינגברעט‟ אויף עפּעס גרעסערס.
בײַ דער נײַער פּראָדוקציע פֿון „פֿידלער אויפֿן דאַך,‟ וואָס קומט פֿאָר אין גאַנצן אויף ייִדיש, האָט די „פֿאָלקסבינע‟ אָבער באַשלאָסן אויסצונוצן באַקאַנטע נעמען פֿאַר די הויפּטראָלעס. נאָכן אויסקלײַבן פֿאַרן רעזשיסאָר דעם וועלט־באַרימטן אַקטיאָר דזשאָעל גריי, האָט מען לעצטנס געהערט אַ ריי קלאַנגען וועגן זייער אַ באַרימטן „האָליוווּד‟־שטערן, וואָס האָט כּלומרשט געזאָלט שפּילן „טבֿיה.‟
די קלאַנגען זענען ניט מקיום געוואָרן און קיין וועלט־באַרימטע האָליוווּדער אַקטיאָרן וועלן ניט אָנטיילנעמען אין דער פֿאָרשטעלונג, אָבער דרײַ אַקטיאָרן וואָס זענען גוט באַקאַנט דעם „בראָדוויי‟־עולם וועלן אויפֿטרעטן ווי די אײַנוווינער פֿון אַנאַטעווקע.
דזשאַקי האָפֿמאַן, אַ באַרימטע קאָמיקערין וואָס איז באַקאַנט פֿאַר אירע מאָנאָלאָגן וועגן אירע ייִדישע וואָרצלען, ווי אויך אירע אָפֿטע ראָלעס אויף דער טעלעוויזיע און אויף בראָדוויי, וועט שפּילן די ראָלע פֿון יענטע.
דזשיל אַבראַמאָוויטש, אַן אַקטריסע און דראַמאַטורגין, וואָס האָט געשפּילט אין דער לעצטער אויפֿפֿירונג פֿון „פֿידלער‟ אויף „בראָדוויי,‟ וועט שפּילן די ראָלע פֿון גאָלדע.
סטיוו סקײַבעל, וואָס האָט געשפּילט „לייזער וואָלף‟ אין דער לעצטער בראָדוויי־אויפֿפֿירונג פֿון „פֿידלער,‟ וועט זינגען „ווען איך בין ראָטשילד‟ אין דער ראָלע פֿון „טבֿיה.‟
אַחוץ די אויבן־דערמאָנטע אַקטיאָרן וועלן אַ ריי מענטשן וואָס האָבן פֿריִער געשפּילט אין „פֿאָלקסבינע‟־פֿאָרשטעלונגען ווידער זינגען און טאַנצן אויף ייִדיש. צווישן זיי וועלן אויפֿטרעטן צוויי ייִדיש־קענער וועמענס נעמען זענען באַקאַנט דעם „פֿאָרווערטס‟־לייענער:
דער זינגער, אַקטיאָר און איבערזעצער פֿון לענאָרד כּהנס „הללויה‟ אויף ייִדיש — דניאל קאַהן — וועט שפּילן די ראָלע פֿונעם רעוואָלוציאָנער, פּערטשיק.
דער אַקטיאָר, שפּראַכלערער, אָפּערע־זינגער און רעזשיסאָר מיכל יאַשינסקי וועט שפּילן די ראָלע פֿון מרדכי דער קרעטשמער.
די פֿאָרשטעלונגען הייבן זיך אָן דעם 4טן יולי און וועלן אָנגיין ביזן 26סטן אויגוסט.
נאָך אינפֿאָרמאַציע און כּדי צו באַקומען בילעטן באַזוכט: //nytf.org/.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.