מיט אַן ערך פֿינף יאָר צוריק, ווען איך האָב אַ קורצע צײַט געאַרבעט פֿאַרן „נײַעם ייִדיש־רעפּערטואַר טעאַטער,‟ איז מיר עטלעכע מאָל אויסגעקומען צו שמועסן מיט דוד מאַנדעלבאַום וועגן זײַן וויזיע פֿאַר דער טרופּע. עס האָט אויף מיר געמאַכט אַ גרויסן רושם דעם אימפּרעסאַריאָס אַמביציעזער פּלאַן צו טרענירן אַ יונגע חבֿרה ייִדיש־רעדנדיקע אַקטיאָרן, זיי זאָלן ווערן דאָס קערנדל פֿון אַ נײַעם דור ייִדישע בינע־קינסטלער.
„פֿון וואַנען וועלן זיך נעמען יונגע ייִדיש־רעדנדיקע אַקטיאָרן?‟ האָב איך זיך געחידושט.
הײַנט ווייסט מען שוין דעם ענטפֿער — ל׳רובֿ זענען זיי געוועזענע חסידים. ס׳איז מאַנדעלבאַום געלונגען אויסצושולן אַ האַלבן טוץ טאַלאַנטירטע אַקטיאָרן וואָס קענען ייִדיש פֿון דער היים און געפֿינען פֿאַר זיי פּאַסיקע ראָלעס אין זײַנע פֿאָרשטעלונגען. מיט דעם וואָלט מען אַליין געקענט זאָגן „דינו.‟ מאַנדעלבאַום איז אָבער נאָך מער אַמביציעז. אַחוץ דעם וואָס זײַן חבֿרה יונגע אַקטיאָרן שפּילט פֿאַרן ”ניו־ייִדיש רעפּ“ (און ווײַזן זייערע טאַלאַנטן אויף ייִדיש אין טעלעוויזיע־פּראָגראַמען, פֿילמען, וכדומה), שטיצט ער אונטער זייערע פּרוּוון צו באַרײַכערן דעם ייִדישן טעאַטער־רעפּערטואַר דורכן איבערזעצן און אַדאַפּטירן פּיעסעס פֿון דער וועלט־ליטעראַטור. די ניו־יאָרקער ליבהאָבער פֿונעם ייִדישן טעאַטער האָבן שוין, למשל, גענאָסן פֿון אלי ראָזענס גלענצנדיקע ייִדישע נוסחאָות פֿון עזשען יאָנעסקוס „נאָזהאָרן‟ און צוויי פּיעסעס פֿון חנוך לעווין, אין דער אויפֿפֿירונג פֿונעם „ניו־ייִדיש־רעפּ.‟
ניט נאָר ראָזען שנײַדט זיך אויף דער הײַנט־זעלטענער קאַריערע פֿון אַ ליטעראַרישן איבערזעצער פֿון ענגליש און העברעיִש אויף ייִדיש. לעצטנס האָט מען געלאָזט וויסן, אַז מלכּה ווײַס און מלכּה גאָלדמאַן, צוויי פֿון די יונגע אַקטריסעס וואָס טרעטן אויף אָפֿט בײַם „ניו־ייִדיש־רעפּ,“ האָבן אַדאַפּטירט און איבערגעזעצט אויף זייער היימישן ייִדיש אַ פּיעסע פֿון נעמי רגן — „די פֿרויען.“ די פּיעסע שילדערט דעם ביטערן גורל פֿון פּעסי־לאה, אַ באָראָ־פּאַרקער פֿרוי וואָס פֿאַרלאָזט איר מאַן צוליב דעם וואָס ער שלאָגט זי, און קען דערפֿאַר ניט זען אירע זעקס קינדער. אין דער פּיעסע מוזן פּעסי־לאהס צוויי שוועסטער באַשליסן, צי זיי וועלן ניט פֿאָלגן די רבנים און דערלאָזן, אַז זייער שוועסטער זאָל האָבן אַ צוטריט צו אירע אייגענע קינדער.
מלכּה ווײַס איז איבערהויפּט באַקאַנט פֿאַרן שפּילן „דזשוליעט“ אינעם פֿילם „ראָמעאָ און דזשוליעט אויף ייִדיש“ און שפּילט די הויפּטראָלע אינעם נײַעם ייִדיש־שפּראַכיקן פֿילם „צדקת“. מלכּה גאָלדמאַן איז אויפֿגעטראָטן מיט מלכּה ווײַס אין עטלעכע פֿאָרשטעלונגען פֿונעם „ניו־ייִדיש־רעפּ,“ ווי אויך אין אַן עפּיזאָד פֿון דער HBO־פּראָגראַם High Maintenance. צוזאַמען האָבן די צוויי אַקטריסעס געגרינדעט די פֿירמע Malky Squared Productions, וואָס, צווישן אַנדערע אויפֿגאַבעס, העלפֿט רעזשיסאָרן און טעלעוויזיע־פּראָדוצענטן בעסער צו שילדערן חסידים.
אַ דראַמאַטישע פֿאָרלייענונג פֿון „די פֿרויען,“ מיט אַן אַנסאַמבל פֿון 10 אַקטריסעס, וועט פֿאָרגעשטעלט ווערן זונטיק, דעם 17טן יוני, 7 אַ זייגער אין אָוונט בײַם Y אויף דער 14טער גאַס. דער אײַנטריט איז בחינם, אָבער מע דאַרף רעזערווירן אַ זיצאָרט פֿון פֿריִער //www.newyiddishrep.org/.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.