מלכּה ווײַס וועט שפּילן די הויפּטראָלע אין ייִדישן פֿילם

Melissa Weisz to Star in New Yiddish Film


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published January 11, 2018.

אין דעצעמבער האָט דער „פֿאָרווערטס‟ באַשריבן אַ נײַעם קורצן פֿילם אויף ייִדיש „צדקת‟, וואָס עס וועט שאַפֿן די רעזשיסאָרקע און סטודענטקע אין דער פּרעסטיזשפֿולער קינאָ־שול בײַם „ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט‟, עמילי טשיגער. מיט אַ חודש צוריק האָט טשיגער געזוכט די הויפּט־אַקטיאָרן פֿאַרן פֿילם.

לעצטנס האָט טשיגער געלאָזט וויסן דורך איר „קיקסטאַרטער‟־קאַמפּאַניע אויף צו שאַפֿן געלט פֿאַרן פֿילם, אַז די הויפּטראָלע, נשמה, אַ חסידישע פֿרוי וואָס דאַרף זיך פֿאַרמעסטן מיט איבערנאַטירלעכע כּוחות נאָך דעם וואָס אַ רבי לעבן איר דערשטיקט זיך אויף אַ פֿיש ביינדל, וועט שפּילן מלכּה ווײַס. ווײַס, וואָס איז אויפֿגעוואַקסן אין באָראָ־פּאַרק איז צום בעסטן באַקאַנט דעם ברייטן עולם פֿאַרן שפּילן דזשוליעט אינעם פֿילם „ראָמעאָ און דזשוליעט אויף ייִדיש‟. זי האָט אויך געשפּילט אינעם קאַנאַדער ייִדישן פֿילם „פֿעליקס און מיירע‟ און די ראָלע פֿון מאַנקע אינעם „ניו־ייִדיש־רעפּס‟ אויפֿפֿירונג פֿון שלום אַשס „גאָט פֿון נקמה‟.

צוזאַמען מיט איר וועט שפּילן איר אָפֿטע קאָלעגע, דער אַקטיאָר — לוזער טווערסקי, וואָס וועט שפּילן איר מאַן יהושע. טווערסקי האָט געוווּנען עטלעכע פּרעמיעס פֿאַר זײַן ראָלע אינעם פֿילם „פֿעליקס און מיירע‟. ער האָט אויך געשפּילט די הויפּטראָלע אינעם „ניו־ייִדיש־רעפּס‟ אויפֿפֿירונג פֿון עזשען יאָנעסקוס „נאָזהאָרן‟ און איז אויפֿגעטראָטן אין עטלעכע אַנדערע פֿאָרשטעלונגען פֿונעם „ניו־ייִדיש־רעפּ.‟ ער איז מסתּמא צום בעסטן באַקאַנט פֿאַר זײַן ראָלע אין דער פּאָפּולערער טעלעוויזיע־פּראָגראַם Transparent.

אַ פּרטימדיקער „טריילער‟ פֿאַרן פֿילם „צדקת‟, וואָס נעמט אַרײַן אינטערוויוען מיט עמילי טשיגער, מלכּה ווײַס און לוזער טווערסקי, קען מען זען דאָ.