מיט אַ פּאָר חדשים צוריק האָב איך געשריבן וועגן אסתּר גאַרבאָווניק, איינע פֿון דער מחנה אינטערעסאַנטע תּלמידים אינעם פּאַריזער ייִדיש־צענטער. הײַנט וועל איך שרײַבן וועגן נאָך אַ תּלמידה מיט וועמען איך האָב זיך באַקענט הײַיאָר — סימאָן ווירשוב.
די מעשׂה פֿון פֿר’ ווירשובס לעבן הייבט זיך אָן אין 1946, עטלעכע חדשים נאָכן סוף פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה. פֿר’ ווירשוב איז געבוירן געוואָרן נײַן חדשים נאָך דעם ווי דער טאַטע, וואָס איז געווען אַ קריגס־געפֿאַנגענער בײַ די דײַטשן, איז אויסגעלייזט געוואָרן און אַהיימגעפֿאָרן. „פּונקט נײַן חדשים?‟ פֿרעג איך. „נו, אפֿשר צען חדשים,‟ לאַכט פֿר’ ווירשוב.
ביז דעמאָלט האָט דער טאַטע שוין געהאַט גענוג אויסגעשטאַנען. נאָך איידער ער איז אַרײַן אין דער פֿראַנצייזישער אַרמיי, האָט ער שוין געמוזט אַנטלויפֿן פֿון זײַן היים אין פּוילן, וווּ מע האָט אים געשטעלט צום געריכט צוליב דעם וואָס ער איז געווען אַ קאָמוניסט. נאָך זײַן אַרעסט איז ער אין אָנהייב געזעסן אין דער תּפֿיסה פּאַוויאַק אין וואַרשע, אָפּצוּוואַרטן זײַן מישפּט, אָבער דערנאָך האָט מען אים געשיקט דינען אין דער פּוילישער אַרמיי אין דער צווישנצײַט. ווען דער מישפּט האָט זיך דערנעענטערט, האָט די אַרמיי אים צוריקגעשיקט קיין וואַרשע. לכתּחילה איז ער געווען גרייט צו גיין אין געריכט, נאָר זײַן שוואָגער האָט אים געוואָרנט אַז ער קען נאָך קריגן אַ שטראָף פֿון אַפֿילו 20 יאָר תּפֿיסה, ווײַל די פּאָליציי האָט אים געפּאַקט בײַ אַ מיטינג וואָס איז פֿאָרגעקומען אין זײַן אייגענער דירה. האָט דער שוואָגער געעצהט, ער זאָל אַנטלויפֿן קיין פּאַריז, און אים געגעבן דערויף געלט און פֿאַלשע פּאַפּירן.
די מאַמע איז אויך געווען אַ קאָמוניסטקע, און איר טאַטע (פֿר’ ווירשובס זיידע) האָט געהאַט אַן ענלעכע געשיכטע — אויך ער איז אַנטלאָפֿן פֿון פּוילן כּדי אויסצומײַדן אַ מישפּט און אַ כּמעט זיכערע שטראָף. ער איז געקומען קיין פֿראַנקרײַך איינער אַליין און געאַרבעט דאָרטן ביז ער האָט פֿאַרדינט גענוג געלט אויף צו ברענגען זײַן ווײַב (פֿר’ ווירשובס באָבע). די באָבע האָט מיטגענומען איר זון (פֿר’ ווירשובס פֿעטער), ווײַל ער איז דעמאָלט נאָך געווען גענוג יונג צו קענען מיטפֿאָרן אויף זײַן מאַמעס פּאַספּאָרט. זײַן עלטערע שוועסטער, פֿר’ ווירשובס מאַמע, איז שוין אָבער געווען צו אַלט דערויף. האָט זי געמוזט אָפּוואַרטן אַ צײַט אין פּוילן ביז מע האָט געקענט שיקן נאָך איר באַזונדער. ערבֿ איר רײַזע האָט זי געליטן אויף אַפּענדיציט. זי האָט זיך ניט געוואָלט לאָזן אָפּערירן אין פּוילן, איז זי טאַקע געפֿאָרן קראַנקערהייט — און ווען די באַן איז אָנגעקומען אין פּאַריז, האָט מען זי גענומען גלײַך אין שפּיטאָל אַרײַן, וווּ זי איז געבליבן ניט ווייניקער ווי נײַן חדשים ביז זי האָט זיך אויסגעהיילט.
בשעת דער מלחמה זענען די מאַמע, דער פֿעטער און דער זיידע אַלע געווען אַקטיוו אינעם פֿראַנצייזישן „רעזיסטאַנס‟ אין די בערג לעבן ליאָן. די מאַמע פֿלעגט פֿאָרן מיט אַ ראָווער און אַריבערפֿירן מעלדונגען צווישן די פֿאַרשיידענע גרופּעס פּאַרטיזאַנער. דער פֿעטער איז געווען אַ קעמפֿער אין דער FFI [פֿראַנצייזישע חיילות פֿונעם אינלאַנד) און דער זיידע איז געווען אַן אָנפֿירער פֿון אַ גרופּע קעמפֿער (maquis) וואָס האָבן דורכגעפֿירט אַקציעס קעגן די דײַטשן.
אין צווישנצײַט האָט פֿר’ ווירשובס טאַטע זיך דערװוּסט אַז די משפּחה געפֿינט זיך לעבן ליאָן, און ווען ער איז אויסגעלייזט געוואָרן פֿונעם לאַגער פֿאַר קריגס־געפֿאַנגענע, האָט ער גענומען זײ אויסזוכן. אייגנטלעך איז דער וועג פֿון דײַטשלאַנד קיין ליאָן ניט געווען קיין גלײַכער. בײַם סאַמע סוף פֿון דער מלחמה האָבן די דײַטשן אים אַריבערגעפֿירט, מיט אַנדערע ייִדישע קריגס־געפֿאַנגענע, קיין צפֿון־דײַטשלאַנד אין אַ לאַגער אַרײַן און געוואָלט אַלעמען דערשיסן. אין דער לעצטער מינוט זענען אָנגעקומען די רוסן און זיי געראַטעוועט, פֿירנדיק זײ קיין אָדעס, פֿון וואַנען פֿר’ ווירשובס טאַטע איז צוריקגעפֿאָרן קיין פֿראַנקרײַך.
אויך די מאַמע האָט געהאַט צרות איידער זי איז אַרויסגעפֿאָרן פֿון פּאַריז כּדי זיך אײַנצושליסן אין דעם „רעזיסטאַנס‟. איין מאָל (בערך 1942) ווען די דײַטשן און די פֿראַנצייזישע פּאָליציי האָבן אַרעסטירט אַ סך ייִדן אין פּאַריז, האָט מען זי טאַקע ניט אַרעסטירט, ווײַל מע האָט געוווּסט אַז איר מאַן איז אַ קריגס־געפֿאַנגענער און די דײַטשן האָבן דעמאָלט מקפּיד געווען ניט צו אַרעסטירן די משפּחות פֿון די קריגס־געפֿאַנגענע. זי האָט אָבער געוווּסט אַז מען וועט ניט מקיל זײַן אַ צווייט מאָל, און ווען ס’איז מיט אַ יאָר שפּעטער געקומען נאָך אַ כוואַליע אַרעסטן, האָט זי זיך געריכט אויף אַ זיכערן סוף.
„איין מחשבֿה בלויז איז איר געקומען אויפֿן געדאַנק,‟ דערציילט פֿר’ ווירשוב. „אַז איר קליינער זון, מײַן עלטערער ברודער ראָזשע, זיצט באַהאַלטן ערגעץ אין אַ דאָרף און אויב זי וועט הײַנט שטאַרבן וועט קיינער אים קיין מאָל ניט געפֿינען און אויפֿקלערן פֿאַר אים זײַן אָפּשטאַם,‟ ווײַל דאָס ייִנגל וואָלט שוין אַלײן ניט געדענקט די מאַמע. צום גליק האָט אַ שכנטע, ווי די מאַמע — אַ פֿרוי פֿון עטלעכע און צוואַנציק יאָר, געקלאַפּט אויף דער טיר און, זאָגנדיק: „קום גיך!‟, זי אַרײַנגענומען אין איר דירה אַרײַן. דאָרט האָבן ביידע פֿרויען זיך באַהאַלטן אין בעט, אונטער די קאָלדרעס, ציטערנדיק, ביז די דײַטשן און די פֿראַנצייזישע פּאָליציי וואָס האָבן אייגנטלעך געשפּילט די הויפּט־ראָלע בײַ די אַרעסטן, זענען סוף־כּל־סוף אַרויס פֿונעם בנין.
נאָך דער מלחמה האָט מען אָפּגענומען דעם קליינעם ראָזשע, וואָס האָט טאַקע שוין ניט דערקענט טאַטע־מאַמע, און די משפּחה איז צוריק קיין פּאַריז. בשעת דער מלחמה האָט זיך אַ פֿרעמדע פֿרוי געהאַט באַזעצט אין זייער אַמאָליקער דירה, האָבן זיי ניט געהאַט וווּ צו וווינען. זענען זיי צו ערשט אײַנגעשטאַנען, צוזאַמען מיט אַנדערע קרובֿים, בײַם זיידן אין שטוב, צו נײַן מענטשן אין אַ צימער. (דער זיידע איז אַגבֿ געבליבן אַ קאָמוניסטישער טוער נאָך דער מלחמה און האָט צווישן אַנדערע אַקטיוויטעטן געשריבן פֿאַר די לינקע צײַטונגען „די נײַע פּרעסע‟ און L’Humanité). דער טאַטע איז אָבער צום סוף געגאַנגען צו דער פֿראַנצייזישער פּאָליציי און, צוליב דעם וואָס ער האָט געהאַט דעם „זכות‟ אַז ער איז געווען אַ קריגס־געפֿאַנגענער, האָט מען טאַקע פֿאַרטריבן די פֿרעמדע פֿרוי פֿון זײַן דירה. ווען זיי האָבן זיך אומגעקערט אַהיים האָבן זיי אָבער דערזען אַז די פֿרוי האָט אויף צו להכעיס אַרויסגעריסן די עלעקטרישע דראָטן און געשעדיקט אַנדערע טיילן פֿון דער דירה.
די משפּחה איז געבליבן אין פּאַריז נאָר אַ קורצע צײַט, ווײַל ראָזשע איז געווען קרענקלעך און טאַטע־מאַמע האָבן געמיינט אַז ער וועט זיך בעסער אויסהיילן אין פּראָווינץ. האָט מען זיך אַריבערגעקליבן קיין סואַסאָן, הונדערט קילאָמעטער ווײַט פֿון דער שטאָט. דאָס לעבן אין פּראָווינץ איז ניט געווען גרינג פֿאַר סימאָן, וועלכע איז שטענדיק געווען די איינציקע ייִדישע תּלמידה אין איר קלאַס. „אין אַלגעמיין איז עס ניט געווען קיין אַנטיסעמיטישע סבֿיבֿה, נאָר די אַנדערע תּלמידים האָבן כּסדר געפֿרעגט: ׳פֿאַר וואָס נעמסטו ניט קיין קאָמוניע, פֿאַר וואָס גייסטו ניט אויף קאַטעכיזם, פֿאַר וואָס פּראַוועסטו ניט ניטל?׳ אאַז”וו,‟ דערציילט זי. זי פֿלעגט פֿאָרן אין אַ זומער־לאַגער פֿאַר די קינדער פֿון ייִדישע קאָמוניסטישע עלטערן נאָר דאָס האָט קנאַפּ געהאָלפֿן קעגן דעם געפֿיל פֿון איזאָלאַציע.
ווען סימאָן האָט זיך פֿאַרשריבן אין אַ גימנאַזיע, האָט די מאַמע געוואָלט אַז זי זאָל זיך לערנען לאַטײַן און ענגליש. מע האָט זי אָבער פֿאַרשריבן אויף דײַטש אַנשטאָט ענגליש, ווײַל אַלע תּלמידים וואָס האָבן זיך געלערנט לאַטײַן זענען אויטאָמאַטיש פֿאַרשריבן געוואָרן אויך אויף דײַטש. די מאַמע איז גלײַך געלאָפֿן אין גימנאַזיע אַרײַן כּדי צו מעלדן אַז איר טאָכטער וועט זיך בשום־אופֿן ניט לערנען קיין דײַטש. אָבער די דירעקטאָרין, ניט זייער פֿרײַנדלעך געשטימט לגבי ייִדן, האָט זיך געהאַלטן בײַ אירס און אָפּגעענטפֿערט אַז דאָס מיידל מעג זיך אויב אַזוי פֿאַרשרײַבן אין אַן אַנדער גימנאַזיע, וויסנדיק גאַנץ גוט אַז די אַנדערע גימנאַזיעס אין שטעטל זענען געווען קאַטוילישע. האָט די מאַמע געמוזט מוותּר זײַן, אָבער מיטן תּנאַי אַז דאָס דײַטש־לערנביכל זאָל קיין מאָל ניט אַריבערגיין די שוועל פֿון איר דירה.
אַ ביסל שפּעטער האָט די דײַטש־לערערקע געפֿרעגט סימאָן פֿאַר וואָס זי וויל זיך ניט פֿאַרבינדן מיט אַ דײַטש מיידל אויף אויסצוטוישן בריוו. סימאָן האָט דערקלערט אַז די מאַמע וויל ניט אַז קיין בריוו מיט אַ דײַטשער פּאָסטמאַרקע זאָל אָנקומען אין דער דירה, און זי וויל אויך ניט אַז אַ דײַטש מיידל זאָל באַזוכן איר טאָכטער. די לערערקע האָט גלײַך פֿאָרגעלייגט אַז סימאָן זאָל זיך דורכשרײַבן מיט אַ מיידל פֿון מיזרח־דײַטשלאַנד, ווײַל אַזאַ מיידל וואָלט סײַ ווי ניט געטאָרט באַזוכן, און זי האָט אויך אָנגעבאָטן איר אייגענעם אַדרעס, כּדי אויסצומײַדן אַז די בריוו זאָלן אָנקומען צו סימאָנס משפּחה אַהיים. סימאָן האָט געענטפֿערט: „גוט, אָבער איך מוז פֿאָרט בעטן דערלויבעניש בײַ די עלטערן, ווײַל איך וויל זיי ניט אָפּנאַרן אויף אַזאַ אופֿן.‟ זי איז אַהיימגעגאַנגען און טאַקע געבעטן בײַ זיי דערלויבעניש. „נו, שוין, פֿאַרפֿאַלן. זאָל זײַן אַזוי,‟ האָבן די מידע טאַטע־מאַמע איר געענטפֿערט.
אַזוי אַרום האָט סימאָן אָנגעהויבן אויסצוטוישן בריוו מיט אַ דײַטש מיידל, און, כאָטש יענע האָט טאַקע ניט געטאָרט פֿאָרן צו סימאָן אַהיים, האָט סימאָן זיך איין מאָל דערוווּסט אַז ס’איז דאָ אַ געלעגנהייט אַליין צו פֿאָרן קיין מיזרח־דײַטשלאַנד. „איך האָב הונדערט מאָל געבעטן, און דאָס הונדערט־און־ערשטע מאָל האָט מען ענדלעך מסכּים געווען. נאָך דעם ווי דער טאַטע האָט שוין באַצאָלט דאָס רײַזעגעלט האָט ער ווידער אַ מאָל ניט געוואָלט דערלויבן. נאָר עס איז שוין געווען צו שפּעט, און איך בין טאַקע געפֿאָרן.‟
איין מאָל האָט דער טאַטע געשיקט סימאָן אַ טעלעגראַם מיט די ווערטער: „קלינג צו מיר שנעל, איך דאַרף הערן דײַן קול.‟
האָט זי אים אָנגעקלונגען און געזאָגט: „דו ווייסט, טאַטע, איך בין דאָס איינציקע מיידל אין דער גרופּע וואָס האָט באַקומען אַזאַ טעלעגראַם.‟
„נו, דאָס איז ווײַל דו ביסט דאָס איינציקע ייִדישע מיידל אין דער גרופּע,‟ האָט ער געענטפֿערט.
„ניין, טאַטע, מיר זענען צוועלף,‟ האָט זי געזאָגט. טאַקע גאַנצע צוועלף פֿון דער גרופּע פֿון 25 מיידלעך וואָס זענען געפֿאָרן אויף דער רײַזע קיין מיזרח־דײַטשלאַנד זענען געווען ייִדישע — מסתּמא ווײַל אַנדערע ייִדישע משפּחות האָבן אויך געוואָלט אַז זייערע טעכטער זאָלן זיך דורכשרײַבן נאָר מיט מיידלעך פֿון מיזרח־דײַטשלאַנד.
זי איז שפּעטער ווידער געפֿאָרן אין מיזרח־דײַטשלאַנד, און דאָס מאָל איז זי אײַנגעשטאַנען איין סוף־וואָך בײַ אַ דײַטשער משפּחה אין מאַגדעבורג. “עס איז איצט שווער צו גלייבן אַז דאָס האָט פּאַסירט מיט מיר ווי אַ זעכצן־יאָריק מיידל, אָבער דער טאַטע פֿון דער משפּחה האָט אונדז גענומען אויף זײַן מאָטאָציקל און אונדז אַרומגעפֿירט אַ גאַנצע נאַכט, אין שפּעטע שעהען ווען מע האָט שוין ניט געטאָרט זײַן אויף די גאַסן, און אונדז געוויזן ווי די רוסן מאַכן זייערע מיליטערישע געניטונגען אַזוי אין דער פֿינצטער, ווײַל די מיזרח־דײַטשן האָבן זיי שוין אַזוי פֿײַנט געהאַט דעמאָלט אַז ווען זיי וואָלטן דאָס געפּרוּווט בשעת די ליכטיקע שעהען וואָלט דער המון ניט דערלויבט. ער האָט אונדז געבעטן, ‘פֿאָרט אַהיים קיין פֿראַנקרײַך און דערציילט דאָרטן וואָס איר האָט דאָ געזען.’”
אַן אַנדער טאָג האָבן די מיידלעך באַזוכט דעם לאַגער בוכנוואַלד. “איך מיט אַ חבֿרטע זענען אַ ביסל פֿאַרבליבן אין לאַגער, ווײַל די חבֿרטע האָט געוואָלט אַראָפּנעמען בילדער פֿון אַ טשיקאַווער באַן. זענען געקומען מיזרח־דײַטשע פּאָליציאַנטן און אונדז פֿאַרשלאָסן אין אַ צימער, באַשולדיקנדיק אונדז אַז מיר זענען שפּיאָנען. צום גליק האָט דער לערער וואָס האָט אָנגעפֿירט מיט דער רײַזע באַמערקט אַז עס פֿעלן אים צוויי תּלמידות, און ער איז צוריקגעקומען נאָך אונדז. די פּאָליציאַנטן האָבן אונדז אַרויסגעלאָזט, נאָר זיי האָבן צוגענומען דעם פֿילם פֿון דער חבֿרטעס פֿאָטאָ־אַפּאַראַט. צי זענען מיר געווען שפּיאָנען? מיר האָבן בסך־הכּל געוואָלט אַראָפּנעמען בילדער, ווײַל די באַן איז געפֿאָרן אין ביידע ריכטונגען אויף איין פּאָר רעלסן, ניט צוויי ווי בײַ אונדז אין דער היים, און אַ באַן וואָס איז געפֿאָרן אין איין ריכטונג האָט געמוזט אַראָפּגיין פֿון די הויפּטרעלסן כּדי צו מאַכן אַ וואַרע פֿאַר דער באַן וואָס פֿאָרט אין דער פֿאַרקערטער ריכטונג. דאָס איז ווײַל די סאָוועטן האָבן געהאַט צוגענומען אַלץ וואָס האָט זיך געלאָזט און דאָס אָפגעשיקט קיין רוסלאַנד, אַרײַנגערעכנט באַנען און רעלסן. איז געבליבן אין מיזרח־דײַטשלאַנד נאָר זייער ווייניק און זייער אַלטער מאַטעריאַל.”
סימאָן האָט חתונה געהאַט מיט אַ יונגן־מאַן, אויך אַ קאָמוניסט, צו צוואַנציק יאָר. ניט געקוקט אויפֿן פֿאַרדראָס פֿון אירע קאָמוניסטישע עלטערן, האָט זי באַשלאָסן צו שטעלן אַ חופּה. “די מאַמע האָט געפֿרעגט, ‘פֿאַר וואָס, פֿאַר וואָס?!’, און איך האָב געענטפֿערט, ‘ווײַל צו פֿיל איז צו פֿיל! איר האָט מיט מיר גאָרנישט ניט געלערנט פֿון ייִדישקייט, און איך וויל זײַן אַ ייִדישע.’ דער מאַן האָט אויך ניט געוואָלט קיין חופּה, אָבער איך האָב אים געזאָגט, ‘אין לעבן מוז מען טאָן ניט נאָר פֿאַר זיך, נאָר אויך פֿאַר אַנדערע. דו וועסט דאָס טאָן פֿאַר מיר און פֿאַר דײַן מאַמען.’ איז ער אײַנגעגאַנגען. אָבער הײַנט מיין איך אַז איך האָב געוואָלט שטעלן אַ חופּה דער עיקר אויף צו להכעיס מײַנע עלטערן.”
מיטן מאַן און אַנדערע יונגע קאָמוניסטן איז פֿר’ ווירשוב געפֿאָרן עטלעכע מאָל אין ראַטן־פֿאַרבאַנד אין די 60ער יאָרן כּדי צו זען וואָס דאָרטן טוט זיך. נאָך איינער פֿון די רײַזעס, האָבן זיי אײַנגעזען אַז די סאָוועטישע רעאַליטעט איז גאַנץ מיאוס, און דעריבער באַשלאָסן אַז עס איז צײַט צו זאָגן “גענוג צו זײַן קאָמוניסטן.” זיי האָבן דעמאָלט פֿאַרלאָזט די פּאַרטיי, “און דערנאָך האָבן מיר געהאַט קינדער און שוין ניט געהאַט קיין צײַט אויף פּאָליטיק.”
בײַם סוף פֿון אונדזער שמועס דערציילט מיר פֿר’ ווירשוב אַז דעם טאַטנס געשיכטע האָט נאָך אַ קאַפּיטל, וואָס זי אַליין האָט ניט געוווּסט פֿון דעם ביז לעצטנס, אַ סך יאָרן נאָך זײַן טויט.
ווען ער איז ערשט אָנגעקומען אין פֿראַנקרײַך, נאָך דעם ווי ער איז אַנטלאָפֿן פֿון פּוילן, איז געווען אַ מעגלעכקייט זיך צו מעלדן ווי אַ פּאָליטישער פּליט און אַזוי אַרום באַקומען אַ פֿראַנצייזישן פּאַספּאָרט אונטער זײַן אמתן נאָמען. אָבער ער האָט מורא געהאַט, טאָמער וועלן די פֿראַנצייזישע אויטאָריטעטן אים פֿאַרטרײַבן אָדער אים שלעכט באַהאַנדלען אויב זיי וועלן זיך דערוויסן אַז ער איז אַנטלאָפֿן פֿון אַ מישפּט אין פּוילן. האָט ער זיך ניט געמאָלדן. ער מיטן ווײַב האָבן אין אָנהייב ניט אָפֿיציעל חתונה געהאַט, ווײַל ער האָט ניט געהאַט קיין ריכטיקע פּאַפּירן. אָבער ווען ער האָט זיך אָנגעשלאָסן אין דער פֿראַנצייזישער אַרמיי אין אָנהייב פֿון דער מלחמה, האָט ער דעמאָלט געקראָגן פּאַפּירן (אונטער זײַן געפֿעלשטן נאָמען) און זיך באַניצט מיט זיי כּדי צו מעלדן זײַן חתונה פֿאַר דער פֿראַנצייזישער אַדמיניסטראַציע, ווײַל ער האָט געוואָלט אַז דאָס ווײַב זאָל קענען קריגן זײַן מיליטער־פּענסיע טאָמער וועט ער אומקומען אין קריג.
נאָך דעם ווי ער איז צוריקגעקומען פֿון דער מלחמה, האָט ער געמיינט אַז די סכּנה איז אַריבער, ווײַל אַ מישפּט אין פֿאַרמלחמהדיקן פּוילן קען שוין קיינעם ניט אויסמאַכן. האָט ער זיך דעמאָלט געוואָלט אײַנשרײַבן אונטער זײַן אמתן נאָמען. אָבער אַן אַדוואָקאַט האָט אים געוואָרנט אַז אויב ער וועט זיך מעלדן איצט וועט מען אים מסתּמא שיקן גלײַך אין תּפֿיסה אַרײַן אויפֿן אָנקלאָג אַז ער האָט באַגאַנגען אַ שווינדל במשך די אַלע יאָרן ווען ער האָט געניצט דעם געפֿעלשטן נאָמען, זינט ער איז אָנגעקומען אין פֿראַנקרײַך. האָט ער פֿאַרשטאַנען אַז ס’איז אַ פֿאַרפֿאַלענע זאַך, און אויסגעלעבט דעם רעשט פֿון זײַן לעבן אונטער דעם געפֿעלשטן נאָמען.
במשך פֿון אונדזער שמועס האָט סימאָן מיר נישט אויסגעזאָגט דעם טאַטנס אמתן נאָמען אָדער זײַן געפֿעלשטן, און מסתּמא בכּיוון אַזוי. („ווירשוב‟ איז איר חתונה געהאַטער נאָמען.) נאָך די אַלע יאָרן, לויערט, אַ פּנים, נאָך אַלץ די זאָרג אַז די אינסטאַנצן קאָנען נאָך באַשטראָפֿן די משפּחה דערפֿאַר.
סימאָן און דעם ברודער ראָזשע האָבן טאַטע־מאַמע אײַנגעשריבן בײַ די פֿראַנצייזישע אויטאָריטעטן נאָך דער מלחמה, אונטערן סטאַטוס „אײַנגעמאָלדענע‟ (déclarés) – ווײַל ביזן הײַנטיקן טאָג איז דאָ ניט איין מין בירגערשאַפֿט אין פֿראַנקרײַך, נאָר דרײַ: געבוירענע צו פֿראַנצייזישע עלטערן, נאַטוראַליזירטע און געבוירענע אין פֿראַנקרײַך (צו ניט־פֿראַנצייזישע עלטערן), דאָס זענען די אַזוי גערופֿענע „אײַנגעמאָלדענע‟. אַזוי ווי פֿר’ ווירשוב איז אַ געמאָלדענע, ניט קיין געבוירענע, בירגערין (ד”ה, הגם זי איז געבוירן געוואָרן אין פֿראַנקרײַך, זענען אירע עלטערן דעמאָלט ניט געווען קיין פֿראַנצייזישע בירגער), האָט זי געדאַרפֿט אַלע מאָל ווײַזן ניט נאָר איר פּאַספּאָרט נאָר אויך אַן אַנדער פּאַפּיר, און אַפֿילו אַ מאָל די פּאַספּאָרטן פֿון טאַטע־מאַמע, אַ לאַנגע צײַט נאָך דעם ווי זיי זענען שוין געשטאָרבן. צו מאָל האָט מען אויך געבעטן בײַ איר אַ באַווײַז אַז זי איז געבוירן געוואָרן אין פּאַריז. הײַנט (נאָך דעם ווי דער פּרעזידענט סאַרקאָזי, וואָס זײַן טאַטע איז געווען אַן אונגערישער, האָט געהאַט ענלעכע אומאײַנגענעמע איבערלעבונגען) איז דער מצבֿ אַ ביסל בעסער, ווײַל טעאָרעטיש טאָרן רעגירונגס־באַאַמטע שוין ניט בעטן אַזעלכע איבעריקע ראַיות אויסער דעם פּאַספּאָרט – אָבער “ביזן הײַנטיקן טאָג וועט אַ באַאַמטער אָ מאָל נאָך אַלץ בעטן, אויב ער איז אין אַ שלעכטער שטימונג.”
פֿר’ ווירשובס טאַטע האָט זײַנע קינדער קיין מאָל ניט דערציילט וועגן דעם וואָס האָט פּאַסירט מיט זײַן נאָמען, און אויך קיין מאָל ניט גערעדט וועגן די קרובֿים וואָס זענען פֿאַרבליבן אין פּוילן, מסתּמא ווײַל ער האָט מורא געהאַט טאָמער וועלן זיי זיי פּרוּוון אויפֿזוכן און אַנטדעקן זײַן סוד. “עס טוט מיר פּשוט באַנג פֿאַר אים,” זאָגט פֿר’ ווירשוב, וועלכע האָט אומוויסיק געטראָגן דעם געפֿעלשטן משפּחה־נאָמען ביז איר חתונה. “אָבער נאָך דעם ווי איך האָב דאָס אויסגעפֿונען,” (ערשט מיט צען יאָר צוריק, פֿון אַן עלטערער קוזינקע), “האָב איך דערציילט מײַן פּלימעניק, אַליין אַ שרײַבער” (ראָזשעס זון – ראָזשע האָט שוין דעמאָלט ניט געלעבט) “און איצט ניצט ער, ווי אויך דער זון זײַנער, אַ פֿילם־רעזשיסאָר, דעם אמתן משפּחה־נאָמען ווי אַ פּעננאָמען. און דאָס ברענגט כאָטש אַ שמצל תּיקון.”
הערט ווי סימאָן װירשוב דערציילט אין אירע אייגענע ווערטער, ווי זי האָט זיך ניט געוואָלט אויסלערנען לייענען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.