נײַער נומער ”פּאַקן־טרעגער“ געווידמעט באַשעוויסן

New Issue of Pakn-Treger Devoted to Isaac Bashevis Singer


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published July 18, 2018.

אין צוזאַמענהאַנג מיט דער פֿריילעכער ידיעה, אַז מע קען איצט לייענען די ווערק פֿון יצחק באַשעוויס־זינגער אויף דער אינטערנעץ האָט דער ”ייִדישער ביכער־צענטער“ לעצטנס אַרויסגעלאָזט אַ ספּעציעלן נומער פֿון איר אָרגאַן ”פּאַקן־טרעגער“ געווידמעט דעם איינציקן ייִדישן שרײַבער צו באַקומען דעם ”נאָבל־פּריז“ פֿאַר ליטעראַטור.

אין זײַן אַרײַנפֿיר־עסיי דערקלערט אַהרן לאַנסקי וועגן זײַן אייגענער געשיכטע מיט באַשעוויסן, אַרײַנגערעכנט אַ טשיקאַווען אינצידענט, אין וועלכן ער האָט געזען ווי אַ גרופּע עלטערע ייִדן בײַ דער ”ייִדישער פֿאָלקס־ביבליאָטעק פֿון מאָנטרעאָל“ זענען געוואָרן מלא־כּעס בײַם דערהערן די ידיעה, אַז באַשעוויס האָט באַקומען דעם ”נאָבל־פּריז“. ווי אַ סך ייִדישע לייענער האָבן זיי באַשעוויסן געהאַלטן פֿאַר אַ גראָבן שרײַבער, וואָס האָט דערנידעריקט די ייִדישע ליטעראַטור.

זכריה (סעב) שולמאַן באַטראַכט אין אַן עסיי ווי אַזוי באַשעוויס און זײַנע איבערזעצער האָבן באַשלאָסן צו „צענזורירן‟ זײַנע ווערק אויף ענגליש, זיי זאָלן זיך בעסער צופּאַסן צו דער אַמעריקאַנער ליטעראַטור. דער פֿילם־רעזשיסאָר ברוס דאַווידסאָן שרײַבט ווי אַזוי עס איז אים געלונגען צו שאַפֿן אַ קורצן פֿילם ”יצחק באַשעוויס זינגערס קאָשמאַר און פֿרוי פּופּקאָס באָרד“, אין וועלכן דער הויפּט־אַקטיאָר איז באַשעוויס אַליין.

עטלעכע מאַטעריאַלן אינעם נומער זענען געקומען פֿונעם פֿאָרווערטס־אַרכיוו. מאָניקאַ אַדאַמטשיק-גאַרבאָווסקיס פֿאָרש־אַרטיקל וועגן אַ פֿאַרגעסענעם ליטעראַרישן זשורנאַל ”סאַלאַמאַנדריע“, וואָס באַשעוויס האָט רעדאַקטירט צו 19 יאָר איז לכתּחילה געדרוקט געוואָרן אינעם פֿאָרווערטס אין 2007. אויך פֿון אונדזער אַרכיוו איז אַן עסיי פֿון באַשעוויסן אַליין, אין וועלכן ער דערקלערט די מעלות און חסרונות פֿון שרײַבן אויף ייִדיש אין אַמעריקע אין די 1960ער יאָרן. אַזוי ווי אַ סך ווערק פֿון באַשעוויסן, זעט מען אין דער ענגלישער איבערזעצונג (וואָס ער האָט אַליין געמאַכט) גרויסע ענדערונגען פֿונעם ייִדישן אָריגינאַל, וואָס מע האָט ווידערגעדרוקט אויף די זעלביקע זײַטן.

דעם אַנומלטיקן נומער ”פּאַקן־טרעגער“ קען מען באַשטעלן פֿונעם ”ייִדישן ביכער־צענטער“: https://www.yiddishbookcenter.org/language-literature-culture/pakn-treger.