דאָס נײַע לערנבוך „אין איינעם‟, געשאַפֿן פֿונעם „ייִדישן ביכער־צענטער‟, ווערט אַ שטיקל מאַנהעטענער פּראָיעקט פֿאַר דער קליינער וועלט פֿון ייִדיש־לערערײַ. דאָס הייסט, אַלע הערן קלאַנגען, אַז עפּעס ריזיק און רעוואָלוציאָנעריש קומט פֿאָר אָבער מע ווייסט ניט פּינקטלעך, וואָס עס איז.
די ערשטע געלעגנהייט זיך צו באַקענען מיט „אין איינעם‟, וואָס שטרעבט צו לערנען ייִדיש דורכן „קאָמוניקאַטיוון מעטאָד‟, האָט באַקומען אַ גרופּע ייִדיש־לערער, וואָס דער „ייִדישער ביכער־צענטער‟ האָט געבראַכט קיין אַמהערסט, כּדי זיי צו טרענירן אויף װי צו ניצן דאָס נײַע לערנבוך אין קלאַס. צווישן אָט די סטיפּענדיאַטן געפֿינט זיך עלענאַ (איטקע) לוטשינאַ, אַ רוסישע לינגוויסטקע און ייִדיש־לערערקע, וואָס אַרבעט אויף איר דאָקטאָראַט אינעם העברעיִשן אוניווערסיטעט. לוטשינאַ האָט לעצטנס געלאָזט וויסן, אַז זי וועט לערנען אַ ייִדיש־קורס בײַם „בית־לייוויק‟, וואָס באַנוצט זיך מיטן נײַעם לערנבוך און וואָס װײַזט די אונטערשײדן צװישן פֿאַרשידענע גרופּעס ייִדיש־רעדער: חסידים, ייִדישיסטן, יונגע לײַט, אַלטע ייִדן פֿון מיזרח־אייראָפּע, „קווירע‟ מענטשן און אַנאַרכיסטן.
דער קלאַס, פֿאַר אָנהייבער, וועט אָנגעפֿירט ווערן צום מערסטנס אויף ייִדיש. הגם דאָס בוך איז אויף ענגליש און ייִדיש, דאַרף מען ניט קענען קיין ענגליש כּדי אָנטיילצונעמען אינעם קורס. די סעסיעס, וואָס הייבן זיך אָן דעם 14טן אָקטאָבער, װעלן פֿאָרקומען אַלע זונטיק, פֿון 7 ביז 10 אַ זייגער אין אָװנט.
נאָך אינפֿאָרמאַציע קװעטשט דאָ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.