„ייִוואָ‟ קאָנצערט וועט אָפּמערקן אָנדענק פֿון רות רובין

YIVO Concert To Honor Ruth Rubin


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published September 18, 2018.

2018 איז געווען אַ וויכטיק יאָר פֿאַרן ייִדישן פֿאָלקסליד, ניט צוליב עפּעס נײַ וואָס איז פֿאָרגעקומען, נאָר דווקא צוליב דעם וואָס אַ סך מאַטעריאַלן פֿון פֿאַרגאַנגאַנגע דורות זענען געוואָרן צוטריטלעך.

עס גייט די רייד וועגן די ריזיקע אַרכיוון פֿון דער זינגערין און עטנאָמוזיקאָלאָגין רות רובין, וואָס די קלאַנג־אַרכיוויסטן בײַם „ייִוואָ‟ לאָרין סקלאַמבערג און עלינאָר ביזונסקי, האָבן נאָך לאַנגע יאָרן האָרעוואַניע, אַרויפֿגעשטעלט אויף דער אינטערנעץ.

כאָטש ס׳איז אַ וווּנדער וואָס מע קען הײַנט הערן בײַ זיך אין דער היים די לידער וואָס רות רובין האָט אָנגעזאַמלט, איז דאָך אַ געוויסער כּישוף וואָס מע פֿילט בײַם הערן די מוזיק פּנים־אל־פּנים, וואָס קיין שום רעקאָרדירונג קען ניט איבערגעבן. פֿאַר די וואָס ווילן הערן ווי הײַנטיקע זינגער שטעלן פֿאָר רובינס לידער, אָרדנט דער „ייִוואָ‟, צוזאַמען מיטן „צענטער פֿאַרן טראַדיציאָנעלן מוזיק און טענץ‟ און „ייִדיש־ניו־יאָרק‟ אײַן אַ קאָנצערט, וואָס שילדערט די קולטורעלע ירושה וואָס רות רובין האָט אונדז איבערגעלאָזט. בײַ דער געלעגנהייט וועלן רובינס קרובֿים און אַמאָליקע סטודענטן דערציילן זייערע זכרונות פֿון איר.

עס וועלן אויפֿטרעטן עפֿים טשאָרני, סוזאַנע גערגוס, עטל ריים, דזשאַש וואַלעצקי, לאָרין סקלאַמבערג, דזשאָען באָרץ, איציק גאָטעסמאַן, שׂרה־מינה גאָרדאָן, עלינאָר ביזונסקי און סאַשע לוריא.

דער קאָנצערט וועט פֿאָרקומען זונטיק, דעם 23סטן דעצעמבער, 7 אַ זייגער אין אָוונט. דער אײַנטריט איז 10$ פֿאַר „ייִוואָ‟־מיטגלידער און סטודענטן און 15$ פֿאַרן ברייטן עולם.