דאָנערשטיק, דעם 1טן נאָוועמבער, וועט ד״ר בער קאָטלערמאַן, פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישער ליטעראַטור אין בר־אילן אוניווערסיטעט רעפֿערירן אויף דער טעמע, „צו זײַן אַ ייִדישער שרײַבער אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד נאָכן חורבן: דעם נסתּרס גורל‟, אינעם לאָקאַל פֿונעם אַרבעטער־רינג אין מאַנהעטן.
די אונטערנעמונג ווערט געשטיצט פֿונעם אַרבעטער־רינג, דער ייִדיש־ליגע און דעם פֿאָרווערטס.
דער נסתּר (דער פּעננאָמען פֿון פּנחס כּהנאָוויטש) איז געווען איינער פֿון די וויכטיקסטע ייִדישע שרייבערס פונעם 20סטן יאָרהונדערט. ד״ר קאָטלערמאַן וועט רעדן וועגן דעם נסתּרס שאַפֿונג און טעטיקייט נאָכן חורבן, אין די לעצטע יאָרן פֿון זײַן לעבן אונטער דעם סטאַליניסטישן רעזשים.
קאָטלערמאַן וועט אויך דערציילן וועגן דער נסיעה וואָס ער און זײַן קאָלעגע, אלכּסנדרה פּאָליאַן (מאָסקווער אוניווערסיטעט), האָבן זיך אונטערגענומען פֿאַראַיאָרן צו געפֿינען דעם נסתּרס אומבאַקאַנטן קבֿר אינעם גולאַג-צווינטער לעבן דעם אַרקטישן קרײַז. ער וועט באַשרײַבן ווי אַזוי ער האָט אַנטדעקט די פּאַפּירן וואָס האָבן זיי געוויזן דעם וועג צום קבֿר.
קאָטלערמאַן און פּאָליאַן האָבן געשריבן וועגן זייער נסיעה אינעם פֿאָרווערטס און האָבן דערפֿאַר געוווּנען צוויי „ראָקאָווער־פּרעמיעס‟ פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער פּרעסע־אַסאָסיאַציע.
די פּראָגראַם וועט פֿאָרקומען דאָנערשטיק דעם 1טן נאָוועמבער, 7 אַ זייגער אין אָוונט, בײַם אַרבעטער־רינג, 247 וועסט 37סטע גאַס, 5טן שטאָק אין מאַנהעטן.
אַרײַנטריט: 10$; אומזיסט פֿאַר מיטגלידער פֿונעם אַרבעטער־רינג אָדער ייִדיש־ליגע.
כּדי צו באַשטעלן אַ בילעט באַזוכט די וועבזײַט פֿונעם „אַרבעטער־רינג‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.