מײַנע נאָענטסטע מענטשן ווייסן שוין פֿון לאַנג אַז איך פֿיל אַ טיפֿע נאָענטשאַפֿט מיטן חסידישן ציבור.
צום טייל איז עס, אַוודאי, צוליב זייער ייִדיש־רעדן. ווי דען ווי אין וויליאַמסבורג אָדער מאה־שערים הערט מען ייִדיש אויף דער גאַס, אין געשעפֿט און אין בית־מדרש? וווּ דען דאַכט זיך דיר אַז דו ביסט פּלוצלינג אַרײַנגעפֿאַלן אין מיטן שלום־עליכמס אַ מעשׁה, צווישן די פֿאַרשידענע טיפּן פֿון זײַן אויסגעטראַכט שטעטעלע כּתריאלעווקע?
ס׳איז אָבער מער ווי דאָס. כ’האָב תּמיד באַוווּנדערט ווי די חרדישע קהילות פּאַסן אויף אויף זייערע אייגענע, פּונקט ווי ס׳פֿלעגן עס טאָן די אַמאָליקע קהילות אין די שטעטלעך פֿון מזרח־אייראָפּע. אַן אָרעמע כּלה באַזאָרגט מען מיט אַ חופּה־קלייד פֿרײַ פֿון אָפּצאָל. אָרעמע משפּחות קענען קומען אין ביוראָ פֿון דער גמילת־חסד אָרגאַניזאַציע און אויסקלײַבן קליידער, וואָס זעען אויס שפּאָגל־נײַ. גאָרקיכן האָדעווען די הונגעריקע; קבצנים קענען קומען אויף אַ חתונה און באַקומען עסן. אויב אַ מאַמע האָט ערשט געהאַט אַ קינד, אָדער אויב זי איז קראַנק, קומען צו איר יעדן טאָג 1־2 מיידלעך צוהעלפֿן מיטן אײַנקויפֿן, קאָכן, וואַשן וועש אָדער אויפֿפּאַסן אויף די קינדער. און נאָך און נאָך…
דערפֿאַר, ווען איך האָב מיט יאָרן צוריק אָנגעהויבן רעדן מיט די אָפּגעפֿאָרענע חסידים בעת די טרעפֿונגען פֿונעם וועכנטלעכן קלוב „טשאָלנט‟, און זיי האָבן מיר דערציילט וועגן דעם גאָר שוואַכן חינוך וואָס זיי האָבן באַקומען (בפֿרט בײַ די ייִנגלעך) האָט זיך מיר געדאַכט אַז זיי טרײַבן איבער. נו, אפֿשר האָבן זיי אַליין געהאַט אַ שלעכטע איבערלעבונג אָבער דאָס הייסט נישט אַז אַלע חסידישע לערן־אַנשטאַלטן טויגן נישט.
דערנאָך, ווען דער אַקטיוויסט נפֿתּלי מאָסטער האָט אָנגעהויבן זײַן קאַמפּאַניע צו פֿאַרעפֿנטלעכן די פּראָבלעמען מיט די ישיבֿות, האָב איך שוין פֿאַרשטאַנען אַז דער ענין איז נישט בלויז וועגן עטלעכע שוואַכע לערערס אָדער שולן, נאָר וועגן דער גאַנצער שולסיסטעם. פֿון דעסט וועגן, האָב איך פֿאָרט געוואָלט הערן אַ באַריכט פֿון אַן אינעווייניקסטן, פֿון איינעם וואָס איז נישט אַוועק פֿון דער חרדישער וועלט און וואָס זײַנע אייגענע קינדער און אייניקלעך לערנען זיך ווײַטער אין אַ חסידישן חדר אָדער ישיבֿה.
איצט האָבן מיר טאַקע אַזאַ געלעגנהייט. ס׳איז לעצטנס אַרויס אַ ייִדיש בוך, „ותּינוק ללמוד ספֿר‟, פֿונעם באַקאַנטן חסידישן בלאָגער, קטלא קניא, וווּ ער צעלייגט אויף טעלערלעך וואָס ס׳קומט טאַקע פֿאָר אין די חסידישע חדרים און ישיבֿה־קטנה׳ס. ווי עס האָט געשריבן שלום בערגער אין זײַן רעצענזיע פֿון בוך איז דער אַנאַליז פּרטימדיק, אָפֿן־האַרציק און זייער שאַרף. נאָך וויכטיקער: ער דערקלערט גלײַך בײַם אָנהייב אַז ער גיט נישט איבער בלויז זײַן אייגענע דערפֿאַרונג, נאָר דאָס וואָס ער האָט זיך דערוווּסט דורך שמועסן מיט זײַנע קרובֿים, פֿרײַנד, שכנים און אַפֿילו ייִנגלעך וואָס לערנען זיך הײַנט אין די שולן. אַ טייל פֿון זײַנע אָבסערוואַציעס זענען ממש נישט צום גלייבן.
דאָ רעדט זיך נישט בלויז וועגן דעם שרעקלעכן מצבֿ פֿון די סעקולערע לימודים (די ייִנגלעך לערנען זיך נישט, למשל, די ענגלישע ווערטער פֿאַר די סעזאָנען פֿון יאָר, די סעקולערע חדשים אָדער די טיילן פֿון גוף, שוין אָפּגערעדט — ווי צו טאָן מולטיפּליקאַציע), נאָר אַפֿילו פֿון די לימודי־קודש, וואָס וואָלט געדאַרפֿט זײַן די קרוין פֿונעם חסידישן חינוך. כאָטש די ייִנגלעך זיצן ס׳רובֿ פֿונעם טאָג בײַ די גמראס, יאָרן לאַנג, קענען מערסטע פֿון זיי, צו דער אייגענער פֿאַרקנסונג, אַפֿילו נישט איבערגעבן קיין קורצן גמרא־שיעור. נאָך מער: כּדי צו גיבן אַ דבֿר־תּורה קוקן אַ סך פֿון זיי אַרײַן צו ערשט אין אַן „אַרטסקראָל‟ (די באַקאַנטע סעריע ספֿרים וואָס דערקלערט אַלע פּרטים אויף ענגליש) כּדי זיי צו העלפֿן.
און וואָס שייך דעם שרעקלעכן מצבֿ פֿון די לימודי־חול (וועלטלעכע שטודיעס) ווי עקאָנאָמיק, קונסט, מוזיק, וויסנשאַפֿט אָדער אַפֿילו ווי אַזוי עס פֿונקציאָנירט די אַמעריקאַנער דעמאָקראַטיע, באַשרײַבט קטלא קניא וואָס דער רעזולטאַט איז פֿון אַזאַ דערציִונג: אַ סך פֿון די חסידישע יונגע לײַט זענען פּשוט נישט מסוגל צו דיסקוטירן די וועלט־ענינים אויף אַן אינטעליגענטן אופֿן ווײַל זיי האָבן זיך קיין מאָל נישט געלערנט „קריטיש דענקען‟, ווי אַזוי צו באַטראַכטן אַן ענין פֿון פֿאַרשידענע קוקווינקלען. דערפֿאַר, ווען חסידישע לײַט קומען זיך צונויף, שרײַבט ער, הערט מען „סתּם פּלאַפּלערײַ‟ וועגן די נײַסטע „קאַרס, אַפּאַראַטן, וואַקאַציעס און רעסטאָראַנען, ווער עס מאַכט מער געלט בײַ וועמען, שטאָטישע לשון־הרעס און חסידישע פּאָליטיק.‟
קטלא קניאס בוך איז אויך מערקווירדיק צוליב אַן אַנדער סיבה. צום ערשטן מאָל שרײַבט אַ חסיד אַ בוך אויף ייִדיש וואָס סײַ די חסידים, סײַ סתּם לייענער פֿון ייִדיש, קענען איבערלייענען און דיסקוטירן. זעענדיק וויפֿל לשון־קודשדיקע אויסדרוקן ער ניצט האָב איך שוין פֿאַרשטאַנען אַז זײַן הויפּט־עולם איז דער חסידישער. פֿון דעסט וועגן איז דאָס בוך אַזוי גוט דורכגעטראַכט און פֿײַן אָנגעשריבן, אַז די פֿון אונדז וואָס ווילן וויסן וואָס ס׳טוט זיך טאַקע אין די חסידישע קרײַזן, קענען אויך אַ סך אַרויסבאַקומען דערפֿון.
כאָטש דער מחבר ניצט טאַקע אַ פּסעוודאָנים איז קלאָר אַז זײַן אָנשרײַבן אַזאַ בוך האָט געפֿאָדערט אַ סך קוראַזש ווײַל ער שרײַבט אייגנטלעך וואָס אַ סך חסידים ווייסן אַליין אָבער האָבן מורא אויסצוזאָגן. און דערפֿאַר קומט אים טאַקע אַ האַרציקער ישר־כּוח.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.