הײַיאָר וועט בײַ דער ייִדישער פֿאָלקס־ביבליאָטעק אין מאָנטרעאָל פֿאָרקומען די 50סטע אויסטיילונג פֿון די ליטעראַרישע פּרעמיעס אויפֿן נאָמען פֿון י. י. סעגאַל.
אַחוץ דעם וואָס די פּרעמיעס זענען צווישן די חשובֿסטע ליטעראַרישע פּריזן וואָס מע גיט שרײַבער אויף ייִדישע טעמעס אין צפֿון־אַמעריקע, זענען די סעגאַל־פּרעמיעס אויך מערקווערדיק ווי איינע פֿון די לעצטע, וואָס ווערן נאָך אַלץ צוגעטיילט שרײַבער פֿון נײַע ווערק אָנגעשריבן אויף ייִדיש.
לעצטנס האָט דער זשורי בײַ דער ייִדישער פֿאָלקס־ביבליאָטעק פֿון מאָנטרעאָל געלאָזט וויסן, אַז מע וועט הײַיאָר באַלוינען צוויי ייִדישע ביכער, וואָס דער „נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור אין ישׂראל‟ האָט אַרויסגעגעבן אין 2017, מיט דער פּרעמיע אויפֿן נאָמען פֿון ד׳׳ר הירש און דבֿורה ראָזנפֿעלד פֿאַר דאָס בעסטע נײַע ווערק אויף ייִדיש. די ווערק זענען בער קאָטלערמאַנס זאַמלונג דערציילונגען „דער סוד פֿון די ווײַסע בערן‟ און די אַנטאָלאָגיע „אַ רינג: ייִדישע פּאָעזיע — דער נאָך־חורבן דור‟, רעדאַקטירט פֿון וועלוול טשערנין, מיכאל פֿעלזענבאַום, וואַלערי דימשיץ און דובֿ־בער קערלער.
די פּראָגראַם וועט פֿאָרקומען מיטוואָך, דעם 14טן נאָוועמבער, 7:30 אין אָוונט, בײַ דער ייִדישער פֿאָלקס־ביבליאָטעק פֿון מאָנטרעאָל.
אַז עס גייט די רייד וועגן די סעגאַל־פּרעמיעס, איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז מע קען זיך צוהערן צו רעקאָרדירונגען פֿון די צוטיילונג־צערעמאָניעס פֿון פֿאַרגאַנגענע יאָרן אויף דער וועבזײַט פֿונעם „ייִדישן ביכער־צענטער.‟ די צערעמאָניעס פֿלעג מען דורכפֿירן כּמעט אין גאַנצן אויף ייִדיש, ווײַל דער פּובליקום וואָס איז געקומען אויף די אונטערנעמונגען איז געווען כּמעט אויסשליסלעך אַ ייִדיש־רעדנדיקער. דאָס איז געווען שייך ניט בלויז די ליטעראַרישע קאַטעגאָריעס, נאָר אויך די פּריזן פֿאַר דערציִונג, רבנות, און אַנדערע געביטן.
אָט קען מען, למשל, הערן די צערעמאָניע פֿון 1973, ווען מע האָט צוגעטיילט חוה ראָזענפֿאַרב די פּרעמיע פֿאַר איר טרילאָגיע „דער בוים פֿון לעבן‟. ראָזענפֿאַרבן האָט מען צוגעטיילט אַ צווייטע פּרעמיע אין 1993. מע קען אויך הערן די צערעמאָניע פֿון 1983, ווען מע האָט צוגעטיילט די פּרעמיע פֿאַר ייִדישער ליטעראַטור בלומע לעמפּל און די פּרעמיע פֿאַר וואָקאַלער קונסט דאָרע וואַסערמאַן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.