ייִדישער ”אײַדאָל“ אין מעקסיקע

Yiddish Idol in Mexico

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published February 25, 2019.
דזשייני רעספּיץ בשעתן „ייִדישן אײַדאָל‟
Arturo Goldberg; Jack Szclar
דזשייני רעספּיץ בשעתן „ייִדישן אײַדאָל‟

שוין צום פֿערטן מאָל האָט די אַשכּנזישע ייִדישע קהילה אין דער שטאָט מעקסיקע דורכגעפֿירט אַ פֿאַרמעסט פֿאַר ייִדישע זינגער מיטן נאָמען „ייִדישער אײַדאָל.‟

אַזוי ווי מע האָט פֿריִער געטאָן האָט די קהילה באַצאָלט, אַז זינגער פֿון איבער דער וועלט זאָלן קענען אָנטיילנעמען אינעם פֿאַרמעסט; זענען הײַיאָר געקומען זינגער פֿון שוועדן, אַמעריקע און קאַנאַדע. בסך־הכּל האָבן אָנטייל גענומען נײַן זינגער און קאַפּעליעס, צווישן זיי — פֿיר מעקסיקאַנער און פֿינף פֿון אויסלאַנד.

פֿאַר אַן עולם פֿון 400 מענטשן האָט מען באַלוינט די שוועדישע זינגערין לויִזאַ לײַן די הויפּטפּרעמיע פֿאַר אַ ליבעליד װאָס זי האָט אַלײן אָנגעשריבן, באַגלייט פֿון איר ברודער ראָבין. די הויפּטפּרעמיע פֿאַר אַ טראַדיציאָנעל ייִדיש ליד האָט באַקומען די קאַנאַדער זינגערין דזשייני רעספּיץ פֿאַר איר נוסח פֿון אַ חסידיש ליד, „קאָצק‟.

אין אַ בליצבריוו צום פֿאָרווערטס האָט רעספּיץ איבערגעגעבן, אַז זי איז „דאַנקבאַר פֿאַר דעם זכות און געלעגנהייט“ אָנטיילצונעמען אינעם פֿאַרמעסט, און באַדאַנקט דער מעקסיקאַנער ייִדישער קהילה, וואָס האָט זי און די אַנדערע זינגער אַזוי וואַרעם אויפֿגענומען.

אַחוץ דעם „ייִדישן אײַדאָל‟ גופֿא האָט מען אינעם זעלביקן טאָג דורכגעפֿירט אַ ריי פּראָגראַמען פֿאַרבונדן מיט ייִדיש. מע האָט, למשל, דורכגעפֿירט אַ יאָגע־קלאַס אויף מאַמע־לשון און געלערנט ווי אַזוי צו קאָכן ייִדישע מאכלים און דעם ייִדישן וואָקאַבולאַר, פֿאַרבונדן מיט דער קיך.