אויסשטעלונג וועגן ייִדישע שרײַבמאַשינען בײַם „ייִוואָ‟

Exhibit on Yiddish Typewriters at YIVO

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published May 02, 2019.
YIVO/Forverts Collage

די געשיכטע פֿון דער ייִדישער שרײַבמאַשין און איר ווירקונג אויף דער ייִדישער ליטעראַטור איז די טעמע פֿון אַ נײַער אויסשטעלונג בײַם „ייִוואָ‟.

אויף דער אויסשטעלונג קען מען זען אַ ריי ייִדישע שרײַבמאַשינען און אַפֿילו טיפּירן אויף איינער. דערצו װערן געװיזן געװיסע מאַנוסקריפּטן װאָס יצחק באַשעוויס־זינגער, מאַרק שאַגאַל, אַבֿרהם סוקצעווער און חיים גראַדע האָבן אַליין אויסגעקלאַפּט.

אַזוי ווי בײַ אַלע פֿעלקער אין אייראָפּע, איז די ייִדיש־רעדנדיקע אינטעליגענץ תּמיד געװען פֿאַרכאַפּט מיט דער שרײַבמאַשין. י. ל. פּרץ, למשל, האָט עטלעכע מאָל געבעטן בײַ חבֿרים אין רוסלאַנד און אַמעריקע, מע זאָל אים צושיקן די נײַסטע „רעמינגטאָן‟־שרײַבמאַשין און האָט אַפֿילו געבעטן די פֿירמעס וואָס האָבן זיי געשאַפֿן אין פּוילן, זיי זאָלן מאַכן געוויסע ענדערונגען אין זייערע פּראָדוקטן, זיי זאָלן זײַן גרינגער צו נוצן. ער, ווי ס׳רובֿ דעמאָלטיקע ייִדישע שרײַבער, איז באַלד אַריבער פֿון פּען און פּאַפּיר אויף אַ שרײַבמאַשין. (שלום־עליכם האָט, אַגבֿ, גיכער ליב געהאַט צו שרײַבן זײַנע דערציילונגען מיט דער האַנט; ער איז אָבער געווען אַן אויסנאַם).

די ייִדישע שרײַבמאַשין האָט אַ לאַנגע געשיכטע – אַזוי לאַנג, אַז מע האָט אַפֿילו געהאַט ספּעציעלע טיפּירשולן פֿאַר ייִדיש־רעדנדיקע מיידלעך אויף צו ווערן טיפּיסטקעס, ניט בלויז אין דער אַלטער היים, נאָר אויך אין אַמעריקע.

די אויסשטעלונג וועט אָנגיין ביז סוף־יאָר. נאָך אינפֿאָרמאַציע, באַזוכט: https://www.yivo.org/Typewriters.