דעם ליובאַוויטשער רבינס ברודער

The Rebbe's Brother

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published May 15, 2019.
דעם קבֿר פֿון ישׂראל אריה־לייב שניוארסאָן
crownheights.info
דעם קבֿר פֿון ישׂראל אריה־לייב שניוארסאָן

דער הײַנטיקער שבת, י״ג אייר, איז באַקאַנט בײַ די חב״ד־חסידים ווי דער יאָרצײַט פֿונעם ליובאַוויטשער רבינס ברודער, ישׂראל־אַריה־לייב שניאורסאָן. אויף דער וועבזײַט „חב״דפּעדיע‟ (Chabadpedia.co.il), אַ מין וויקיפּעדיע פֿאַר חב״דסקער חסידישע ענינים, ווערט ער באַטיטלט ווי אַ רבֿ און אַפֿילו אַ רבי.

אין דער אמתן איז ישׂראל־אַריה־לייב שניאורסאָן נישט געווען קיין רבי אָדער אַפֿילו אַ פֿרומער ייִד. זײַנע אייניקלעך, אַריאל און דניאל, צוויי קינדער פֿון ד״ר דליה רויטמאַן, וווינען איצט אין ארץ־ישׂראל. אַזוי ווי זעלדע שניאורסאָן־מישקאָווסקי — דעם ליובאַוויטשער רבינס שוועסטערקינד, וואָס מיר האָבן געשמועסט וועגן איר מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק — בלײַבט דעם רבינס ברודער אַ מין שאָטנדיקע פֿיגור אין חב״ד. פֿאָרט, איז זײַן יאָרצײַט געבליבן אַ באַקאַנטע דאַטע אינעם ליובאַוויטשער קאַלענדאַר, און די ליובאַוויטשער באַטראַכטן אים ווי אַ פֿרומער ייִד.

ישׂראל־אַריה־לייב שניאורסאָן איז געבוירן געוואָרן אין 1899, מיט דרײַ יאָר פֿאַרן ליובאַוויטשער רבין, אין ניקאָלאַיעוו, אוקראַיִנע. ווי אַ קליין קינד איז ער יאָ געווען זייער פֿרום און אַפֿילו געלערנט קבלה. וווינענדיק אין לענינגראַד, פֿלעגט ער אין זײַנע יונגע יאָרן פֿירן טיפֿע דיסקוסיעס וועגן קבלה און חסידות אין שיל. צוליב אומקלאָרע סיבות, האָט ער געביטן זײַן נאָמען אויף מאַרק גוראַרי; דעם דאָזיקן פֿאַמיליע־נאָמען האָבן געהאַט זײַנע נאָענטע קרובֿים. שפּעטער, האָט ער פֿאַרלאָזט דעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, געוווינט אַ שטיקל צײַט אין בערלין און פּאַריז, און אין 1934 זיך באַזעצט אין תּל־אָבֿיבֿ. אין 1939 האָט ער דאָרטן חתונה געהאַט מיט געניע רויטמאַן — אַ געבילדעטע פֿרוי, וועלכע האָט שטודירט מעדיצין אינעם בערלינער אוניווערסיטעט, אָבער נאָך דער עליה האָט זי געאַרבעט סתּם ווי אַן אַפּטייקערין אין תּל־אָבֿיבֿ.

ישׂראל־אַריה־לייב שניאורסאָן איז ניפֿטר געוואָרן צו אַ יונגן עלטער: 42 יאָר. זײַן פֿרוי האָט נאָך זײַן פּטירה זיך אומגעקערט פֿון לאָנדאָן קיין ארץ־ישׂראל. דאָרטן וווינען איצט זײַנע צוויי אייניקלעך, קינדער פֿון איר טאָכטער, ד״ר דליה רויטמאַן.

אין דער פֿרומער וועלט, בפֿרט בײַ די חסידים, איז פֿאַראַן די צווייפֿלהאַפֿטיקע טענדענץ צו פֿאַרלייקענען די עקזיסטענץ פֿון געוויסע „אומבאַקוועמע‟ פּערזענלעכקייטן אין די רבישע משפּחות, אָדער צו שילדערן זיי ווי פֿרומע ייִדן, ווען ס׳איז פּשוט נישט אמת. אַז מע רעדט פֿון דער שניאורסאָן־משפּחה, איז באַקאַנט דער בולטער בײַשפּיל פֿון ר׳ משה, דער ייִנגסטער זון פֿונעם אַלטן רבין, דעם מחבר פֿון דער „ספֿר התּניא‟ און דעם גרינדער פֿון דער גאַנצער דינאַסטיע פֿון די חב״ד־רבנים. ר׳ משה, האָט זיך געשמדט און געוואָרן אַ פּרינציפּיעלער קריסטלעכער מיסיאָנער. די ליובאַוויטשער לייקענען אָפֿט מאָל אָפּ דעם דאָזיקן פֿאַקט, הגם עס זענען אָפּגעהיט געוואָרן קאָנקרעטע מיסיאָנערישע בריוו פֿון אים; מע ווייסט אויך, וווּ ער ליגט באַערדיקט אויף אַ פּראַוואָסלאַוונעם צווינטער.

אַ טייל ליובאַוויטשער זאָגן, אַז דעם אַלטן רבינס זון האָט תּשובֿה געטאָן און זיך בײַם סוף אומגעקערט צו ייִדישקייט — אן אויסטראַכטעניש, ווי עס זעט אויס. ביז די סאַמע לעצטע טעג פֿון זײַן לעבן איז ער געבליבן אַ פֿאַרברענטער נוצרי — זיכער אַ לעבעדיקער איבערגעצײַגטער מענטש, הגם זײַן פּערזענלעכער אמונה־באַשלוס איז אין דער ייִדישער וועלט געווען, פֿאַרשטייט זיך, אַ סקאַנדאַל.

עפּעס ענלעכס קען מען זאָגן וועגן דעם וועלטלעכן ברודער פֿונעם לעצטן ליובאַוויטשער רבין. ווי אַ באַגאַבטער מאַטעמאַטיקער, האָט ער טאַקע באַטראַכט קבלה און חסידות אויף זײַן אייגענעם וועלטלעכן אופֿן. מע דערציילט, אַז ווען דער קומענדיקער ליובאַוויטשער רבי און זײַן ברודער האָבן געוווינט צוזאַמען אין פּאַריז האָט דער ברודער אים געוויזן אַ קעסטל שוועבלעך און מיט אַ פֿילאָסאָפֿישן טאָן באַטראַכט: ווי אַזוי געפֿינט מען דאָס עצם־געטלעכקייט, דעם געטלעכן ברען, אינעם גשמיותדיקן פֿײַער?