ווידעאָ: אַ יונגע ייִדיש־רעדנדיקע אָנהענגערין פֿון „עסט געזונטערהייט‟

WATCH: A Young Yiddish-Speaking Fan of "Eat in Good Health"

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published June 04, 2019.

צינע־חיה שולמאַן, דאָס טעכטערל פֿון דער ייִדיש־פּעדאַגאָגין אַסיאַ ווײַסמאַן־שולמאַן און דעם ליטעראַרישן איבערזעצער און דירעקטאָר פֿון „קלעזקאַנאַדע‟ זכריה שולמאַן, וועט קיין־עין־הרע באַלד ווערן 7 יאָר. אַ קלוג קינד מיט פֿאַרשידענע טאַלאַנטן, רעדט זי ניט בלויז ייִדיש, ענגליש און רוסיש, נאָר לערנט זיך איצט אויך פֿראַנצייזיש און העברעיִש, ווי אַ תּלמידה אין אַ ייִדישער טאָגשול אין מאָנטרעאָל.

צינע־חיה איז אויך אַן אָנהענגערין פֿון דער פֿאָרווערטס קאָכפּראָגראַם „עסט געזונטערהייט‟. אויבן קען מען זען, ווי זי טוט נאָך איוו יאָכנאָוויץ און שׂרה־רחל שעכטער בײַם צוגרייטן סושי מיט וועלשענע ניס. אירע עלטערן גיבן איבער, אַז קיין גרויסע קעכערין איז זי נאָך ניט, אָבער מע קען דערוואַרטן, אַז נאָכן קוקן אויף אַ סך קאַפּיטלען „עסט געזונטערהייט‟, וועט זי ווערן אַן עכטע קאָנקורענט פֿאַר איוו און שׂרה־רחלען!

אַחוץ דעם וואָס זי האָט ליב צו מאָלן, שווימען, טאַנצן און זיך שפּילן אין ברעטשפּילן, איז אַפֿילו אַ פּאָעטעסע. זי שרײַבט לידער אויף ייִדיש, וואָס דערמאָנען אַ ביסל אין אַנאַ מאַרגאָלין און מכּלה חפֿץ־טוצמאַן. אָט זענען, למשל, אַ פּאָר פֿון אירע לידער:

ווײַט שוין די נאַכט
ווײַט שוין די נאַכט
אַז קיינער זאָל ניט קומען

ווײַט שוין די נאַכט
ווײַט שוין די נאַכט
זיצן מיר אויפֿן גאַניק און וויינען

ווײַט שוין די נאַכט
ווײַט שוין די נאַכט
וווּלקאַנען וועלן קומען

וואַרט שוין די נאַכט
וואַרט שוין די נאַכט
די זון וועט אַרויסקומען און פֿאַרשווינדן
די וועלט וועט מאַכן, אַז די נאַכט וועט זײַן אויף אייביק

־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־

אוי וויי מאַמעניו
די קליידלעך!
די קליידלעך געמאַכט פֿון אויערן
די קליידלעך באַפֿאַרבט אין רעגנבויגנס, זייער ווייך,
און גלאַנצן,
די אויערן זענען געמאַכט פֿון סאַמעט

־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־

דער איינהאָרן האָט צוויי פֿליגל אַנשטאָט עלטערן