דער אינטערנעץ־זשורנאַל פֿון ייִדיש־פֿאָרשונג, „אין געוועב‟, איז ניט בלויז דער איינציקער אַקאַדעמישער זשורנאַל געווידמעט דער ייִדישער שפּראַך, נאָר אויך דער הויפּט־מקור פֿון אינפֿאָרמאַציע וועגן אַקאַדעמישע אַרטיקלען אויף דעם געביט, וואָס ווערן דערשינען אין אַנדערע זשורנאַלן און ביכער.
שוין עטלעכע יאָר לאָזט „אין געוועב‟ אַרויס פֿולשטענדיקע ביבליאָגראַפֿיעס פֿון די אַרטיקלען, ביכער, ספּעציעלע נומערן פֿון זשורנאַלן און אַנטאָלאָגיעס פֿון פֿאָרשאַרבעטן געווידמעט ייִדיש, וואָס זענען דערשינען אויף ענגליש. „אין געוועב‟ לאָזט אויך אַרויס ענלעכע ביבליאָגראַפֿיעס פֿאַר איבערזעצונגען פֿון ייִדיש אויף אַנדערע שפּראַכן און אַ ביבליאָגראַפֿיע פֿון פֿאָרשאַרבעטן דערשינען אויף ייִדיש, רוסיש, העברעיִש, פֿראַנצייזיש וכדומה.
אַזוי ווי יעדעס יאָר, קען מען בולט זען ווי אינטערנאַציאָנעל עס איז די גרופּע אַקאַדעמיקער וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט ייִדיש. צוליב דעם וואָס די אַקאַדעמישע וועלט ווערט הײַנט געפֿירט איבערהויפּט אויף ענגליש, דרוקן ס׳רובֿ פֿאָרשער פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור זייערע אַרבעטן אויף שייקספּירס שפּראַך איידער זייערע מוטערשפּראַכן. אין דער הײַיאָריקער ביבליאָגראַפֿיע, צונויפֿגעשטעלט פֿון גרשון פּרײַס, דאָרי פֿאָקס און ד׳׳ר שאול זעריט, געפֿינט מען ווערק אַרויסגעגעבן ניט בלויז אין ענגליש־רעדנדיקע לענדער, נאָר אויך אין ישׂראל, פּוילן, דער שווייץ, האָלאַנד, דײַטשלאַנד, שוועדן און איטאַליע. בסך־הכּל נעמט די ביבליאָגראַפֿיע אַרײַן מער ווי הונדערט איינסן.
אויפֿן לינגוויסטישן פֿראָנט איז אין 2018 אַרויס אַ ספּעציעלער נומער פֿונעם „זשורנאַל פֿון ייִדישע שפּראַכן‟ געווידמעט דעם הײַנטיקן חסידישן ייִדיש. וואָס שייך דער ייִדישער קולטור־געשיכטע איז צווישן אַ סך אַנדערע ווערק אַרויס ד׳׳ר דבֿורה קאַפּלאַנס שטודיע פֿון דער ווילנער טרופּע, ד׳׳ר שחר פּינסקערס שטודיע פֿון קאַווע־הײַזער און זייער השפּעה אויף דער ייִדישער ליטעראַטור און ד׳׳ר וויווי לאַקסעס בוך וועגן די ייִדישע לידער פֿון ווײַטשעפּל, ענגלאַנד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.