בײַם „פּאַריזער ייִדיש־צענטער — מעדעם־ביבליאָטעק‟ ווירבלט, ווי געוויינטלעך, מיט אינהאַלט־רײַכע אַקטיוויטעטן.
אַחוץ די פּיעסעס וואָס ער אינסצענירט, די ביכער וואָס ער לאָזט אַרויס, דער זומער־פּראָגראַם אין בערלין און דער ייִדיש־פֿאַרטיפֿונג־פּראָגראַם פֿאַר גראַדויִר־סטודענטן, האָט דער צענטער לעצטנס אַרויסגעלאָזט די רשימה קורסן פֿונעם לערניאָר 2019־2020. אַלע קלאַסן וועלן באַשטיין פֿון 30 סעסיעס און וועלן געפֿירט ווערן אויף ייִדיש.
מאָריס גלאַזמאַן און זשאַן ספּעקטאָר וועלן אָנפֿירן מיט אַ קורס וועגן ווערק פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור וואָס שילדערן די גריכישע אַלטצײַט. מע וועט לייענען מרדכי צאַנינס ראָמאַן „אַרטאַפּאַנוס קומט צוריק אַהיים‟, וואָס גיט איבער די פּאָליטישע געשעענישן אין ירושלים בשעת דעם אַרײַנדרינג פֿון די רוימער.
נאַדיאַ דעהאַן־ראָטשילד וועט לערנען וועגן דער סאָוועטיש־ייִדישער פּאָעזיע פֿון איר בראשית אין די טעג נאָך דער רעוואָלוציע ביזן פֿונאַנדערפֿאַל פֿונעם סאָוועטישן רעזשים אין 1991.
אַרנאָ ביקאַר וועט לערנען וועגן דער אַלט־ייִדישער ליטעראַטור און אירע וויכטיקסטע תּקופֿות און זשאַנערס. מע וועט לייענען טעקסטן אינעם אָריגינעלן אַלט־ייִדיש און זיך דערוויסן וועגן דעם אינטעלעקטועלן קאָנטעקסט פֿון דער תּקופֿה.
שרון בר־כּוכבֿא וועט לערנען אַ קורס וועגן דער צײַטשריפֿט „ליטעראַרישע בלעטער‟ און וואָס זי האָט אַנטפּלעקט וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור צווישן די צוויי וועלט־מלחמות.
טל חבֿר־כיבאָווסקי וועט לערנען וועגן דעם אופֿן ווי אַזוי מע שילדערט סאָלדאַטן אין דער ייִדישער ליטעראַטור ווי, למשל, יענע וואָס מײַדן אויס דאָס דינען אין מיליטער.
נאַטאַליע קריניצקאַ וועט לערנען וועגן די פּאָפּולערסטע ביכער אין דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור — פֿאַר וואָס זיי זענען געווען אַזוי באַליבט און וואָס די דאָזיקע בעסטסעלערס לערנען אונדז וועגן דעם לייענער פֿון אַ גאַנץ יאָר.
רובי מאָנעט וועט לערנען אַ קורס וועגן יצחק באַשעוויס׳ ראָמאַן „מײַן טאַטנס בית־דין־שטוב‟.
טל חבֿר־כיבאָווסקי און יצחק ניבאָרסקי וועלן אָנפֿירן מיט אַ קורס געווידמעט אַגדות און מדרשים.
בתיה בוים וועט אָנפֿירן מיטן איבערזעצונג־וואַרשטאַט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.