מע קען הערן אוצרות פֿונעם ייִוואָ־קלאַנג־אַרכיוו אָנלײַן

Treasures from YIVO's Sound Archive Online

Wikipedia

פֿון פֿאָרווערטס־רעדאַקציע

Published June 27, 2019.

דער קלאַנג־אַרכיוו אויפֿן נאָמען פֿון מאַקס און פֿרידע ווײַנשטײַן בײַם ניו־יאָרקער ייִוואָ פֿאַרמאָגט מער ווי 15,000 רעקאָרדירונגען פֿון לידער, דרשות, אַקאַדעמישע רעפֿעראַטן, קאָנצערטן, אינטערוויוען, עפֿנטלעכע לעקציעס, ראַדיאָ־פּראָגראַמען און נאָך. ביז לעצטנס האָט מען בלויז געקענט הערן אָט די רעקאָרדירונגען אינעם ייִוואָ־בנין.

במשך פֿון די לעצטע צוויי יאָר האָט דער אינסטיטוט אָבער אָנגעהויבן מאַכן אירע רעקאָרדירונגען מער צוטריטלעך פֿאַרן ברייטן עולם. פֿאַראַיאָרן האָט מען לאַנצירט אַ ריזיקע וועבזײַט, וווּ מע קען הערן אַלע רעקאָרדירונגען פֿונעם רות־רובין־אַרכיוו. אַחוץ דעם שטעלט מען איצט אַרויף אויף דער אינטערנעץ אַ ריי רעקאָרדירונגען פֿון פֿאַרשידענע זשאַנערס — אויפֿן „ייִוואָס‟ Soundcloud־קאַנאַל. אָט זענען אַן אויסקלײַב פֿון זיבן אוצרות, וואָס מע קען דאָרטן הערן:

1) אַ ראַדיאָ־פּראָגראַם פֿון די 1950ער יאָרן אָנגעפֿירט פֿון דעם פּוילישן ייִדישן מלוכישן טעאַטער. אָט קען מען הערן ווי די בינע־קינסטלער מיכל גרינשטיין און יוסף ווידעצקי האָבן אויפֿגעפֿירט שלום־עליכמס „ווען איך בין ראָטשילד‟..

2) אין 1960 האָט וועלוול פּאַסטערנאַק דיריגירט דעם ליובאַוויטשער כאָר. אָט קען מען הערן, ווי דער כאָר פֿירט אויס דעם אַלטן רבינס נוסח פֿון „אַבֿינו מלכּנו‟.

3) פֿייגל יודין איז געווען אַ טראַדיציאָנעלע ייִדישע פֿאָלקזינגערין וואָס האָט לאַנגע יאָרן געוווינט אין ניו־יאָרק. אָט איז איר נוסח פֿון פֿון קאָסאָוו ביז קיטעוו, וואָס רות רובין האָט רעקאָרדירט אין 1967.

4) אַ טראַדיציאָנעלער נוסח פֿון די פֿיר קשיות, געזונגען פֿון טעכטער אַנשטאָט זין, דורכן מאַלעווסקי־כאָר אין די 1950ער יאָרן.

5) אַ פּורים־פּאָפּורי געזונגעון פֿון מאָלי פּיקאָן אויפֿן ראַדיאָ אין 1941.

6) די פּאָעטעסע מלכּה חפֿץ־טוסמאַן לייענט פֿאָר איר ליד „מילד מײַן ווילד‟ אויף אַ פּאָעזיע־אָוונט אין סטענפֿאָרד־אוניווערסיטעט אין 1977.

7) אַ פּאַראָדיע פֿון אַ פּורים־שפּיל, וווּ די קלאַנג־קוואַליטעט איז אויסערגעוויינטלעך, נעמענדיק אין באַטראַכט, אַז מע האָט זי רעקאָרדירט אין לעמבערג פֿאַר דער ערשטער וועלט־מלחמה. עס טרעטן אויף די אַקטיאָרן יוליוס און סאַלסיע גוטמאַן.