מע האָט שוין אַנטדעקט איבער 4,000 עקזאָפּלאַנעטן

Over 4,000 Exoplanets Have Been Discovered

די פּלאַנעט־סיסטעם אַרום דעם שטערן Kepler-90
Wiki Commons
די פּלאַנעט־סיסטעם אַרום דעם שטערן Kepler-90

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published July 15, 2019.

די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט „נאַסאַ‟ אַרויסגעשטעלט אויף דער אינטערנעץ אַ קורצן ווידעאָ־קליפּ, וואָס ווײַזט, ווי אַזוי זינט דעם יאָר 1992, ווען די אַסטראָנאָמען האָבן אַנטדעקט די ערשטע צוויי עקזאָפּלאַנעטן אויסער אונדזער זונסיסטעם, איז די צאָל אַנטפּלעקטע עקזאָפּלאַנעטן שוין געשטיגן איבער 4,000. במשך פֿון די קומענדיקע 2־3 יאָר האָפֿט מען צו אַנטדעקן ביז 20,000 עקזאָפּלאַנעטן, ווי אויך צו באַקומען מער אינפֿאָרמאַציע וועגן זיי, האָפֿנדיק צו געפֿינען סימנים פֿון לעבן.

די טעמע פֿון פֿרעמד־פּלאַנעטישע באַשעפֿענישן און ציוויליזאַציעס בלײַבט אַן אומאויסשעפּלעכער קוואַל פֿון פֿאַנטאַזיע אין ליטעראַטור, קינאָ, קאָמפּיוטער־שפּילערײַען, קאָנספּיראַציע־טעאָריעס, געוויסע סטילן פֿון קונסט און מוזיק. ווי באַלד דער שטח פֿון אונדזער פּלאַנעט איז מער אָדער ווייניקער אויסגעפֿאָרשט, האָפֿן ראָמאַנטיש־געשטימטע מענטשן צו געפֿינען נײַע לענדער און נײַע באַשעפֿענישן ערגעץ אינעם ווײַטן קאָסמאָס.

די דאָזיקע טעמע האָט שוין לאַנג אינטערעסירט ייִדן. בײַם סאַמע אָנהייב פֿון דער מסכתּא־גמרא „עבֿודה־זרה‟, דף ג׳ ע״ב, שטייט געשריבן, אַז דער רבונו־של־עולם „רײַט בײַנאַכט אויף זײַן לײַכטן כּרובֿ און פֿליט איבער 18,000 וועלטן‟. על־פּי־פּשט איז דעם דאָזיקן מאמר־חז״ל שווער צו פֿאַרשטיין; דער אייבערשטער איז איבעראַל, מע טאָר אים נישט פֿאַרגלײַכן מיט אַ מענטש, און אין ערגעץ רײַט ער נישט און פֿליט נישט. מיט איבער 600 יאָר צוריק האָט אָבער דער גרויסער ייִדישער פֿילאָסאָף חסדאי קרשׂקשׂ אַרויסגעזאָגט אין זײַן ספֿר „אור השם‟ די אידעע, אויפֿן סמך פֿון אָט־די גמרא־ווערטער, אַז אינעם קאָסמאָס זענען פֿאַראַן 18,000 באַוווינטע וועלטן.

קרשׂקשׂ איז געווען בעצם אַ ראַציאָנאַליסט, אָבער האָט נישט מסכּים געווען מיט דער שיטה פֿונעם רמב״ם, וועלכער האָט געשטעלט די ערד אינעם צענטער פֿונעם אוניווערס. אין זײַן ספֿר, וואָס האָט אַ דאַנק דער לאַטײַנישער איבערזעצונג ממשותדיק משפּיע געווען אויף דער שפּעטערדיקער מערבֿדיקער פֿילאָסאָפֿיע און וויסנשאַפֿט, איז קרשׂקשׂ זיך משער, אַז די אַנדערע שטערן קאָנען צוציִען צו זיך זייערע תּושבֿים. לאַנג פֿאַרן וויסנשאַפֿטלער אײַזיק ניוטאָנען, האָט ער אויף אַן אינטויִטיוון אופֿן געשילדערט דעם קאָסמישן גראַוויטאַציע־כּוח.

הרבֿ אַריה קאַפּלאַן (1934־1983) — אַ פֿיזיקער, וועלכער איז צו ערשט געוואָרן אַ קאָנסערוואַטיווער ראַבינער, און דערנאָך אַ באַקאַנטער חסידישער פּאָפּולאַריזאַטאָר פֿון וויסנשאַפֿטלעך־געשטימטע אינטערפּרעטאַציעס פֿון קבלה — האָט אינעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט פֿאַרסך־הכּלט אַ צאָל פֿריִערדיקע קוואַלן, בתוכם רבי חסדאי קרשׂקשׂ, און באַשלאָסן, אַז די חז״ל רעדן טאַקע מכּוח פֿרעמד־פּלאַנעטישע ציוויליזאַציעס, וואָס עקסיסטירן אויף גשמיותדיקע פּלאַנעטן. אין 1961 האָט דער אַמעריקאַנער אַסטראָנאָם און אַסטראָפֿיזיקער פֿרענק דרייק פֿאָרגעלייגט אַ פֿאָרמולע, לויט וועלכער ער האָט געפּרוּווט אויסצורעכענען, וויפֿל ציוויליזאַציעס עס זענען פֿאַראַן אין אונדזער גאַלאַקטיק, דעם מילכוועג — אויב די עוואָלוציאָנערע פּראָצעסן קומען פֿאָר אויף אַנדערע פּלאַנעטן אויף אַן ענלעכן אופֿן, און פֿאָדערן פֿיזישע און כעמישע באַדינגונגען ענלעך צו אונדזער ערד. זײַן פֿאָרמולע לאָזט זיך אָבער אָפּגעטײַטשט ווערן אויף היפּוכדיקע אופֿנים.

די קאַנאַדיש־אַמעריקאַנער וויסנשאַפֿטלערין שׂרה סיגער האָט אין 2013 פֿאָרגעלייגט אַ פֿאַרבעסערטע פֿאָרמולע, אין שײַכות מיטן פּראָיעקט TESS — די גרויס־מאַסשטאַביקע פֿאָרשונג פֿון עקזאָפּלאַנעטן. סיגער, אַ 47־יאָריקע ייִדישע פֿרוי פֿון טאָראָנטאָ און איינער פֿון די גרעסטע מומחים אין דעם געביט, שפּילט אַ פּראָמינענטע ראָלע אינעם פּראָיעקט. לויט אירע חשבונות באַקומט זיך, אַז די גמרא־צאָל 18,000 קלינגט, אין פּרינציפּ, גאַנץ רעאַליסטיש.

אין אַפּריל 2018 האָט איינער פֿון די „פֿאַלק־9‟ ראַקעטן, וואָס געהערן דעם ביליאָנער אילאָן מאָסק, אַרויסגעשיקט אויף דער אָרביט אַ ספּעציעלן טעלעסקאָפּ, וואָס זוכט איצט נײַע פּלאַנעטן אינעם ווײַטן קאָסמאָס. די וויסנשאַפֿטלער זענען זיך משער, אַז צווישן די טויזנטער נײַ־אַנטדעקטע וועלטן וועלן זיך אָפּגעפֿונען צום ווייניקסטן 20 „צווילינגען‟ פֿון אונדזער ערד.

אין דער זעלבער צײַט, ווערן הײַנט אַנטוויקלט די מעטאָדן, וואָס וועלן דערמעגלעכן צו אַנאַליזירן די אַטמאָספֿער פֿון די עקזאָפּלאַנעטן. אויב מע וועט ערגעץ געפֿינען אַ סך וואַסערשטאָף אָדער ספּעציפֿישע קאָמפּליצירטע אָרגאַנישע מאָלעקולן — וועט עס זײַן כּמעט אַ זיכערע ראיה, אַז דאָרטן לעבן לכל־הפּחות מיקראָ־אָרגאַניזמען און פּרימיטיווע געוויקסן. אַזאַ געפֿינס וועט מיינען, אַז אונדזער פּלאַנעט איז נישט די איינציקע, וווּ עס זענען פֿאַראַן לעבעדיקע באַשעפֿענישן.

צווישן די אַנומלטיקע אינטערעסאַנטע חידושים איז כּדאי צו דערמאָנען די פּלאַנעט־סיסטעם אַרום דעם שטערן Kepler-90 אין דער קאָנסטעלאַציע דראָקאָן, 2,840 ליכט־יאָר פֿון אונדז, וווּ עס זענען פֿאַראַן — כּמעט ווי דאָ־הי — צום ווייניקסטן, אַכט פּלאַנעטן.

שײַכותדיקע אַרטיקלען:

„ראָקאַנאָנס וועלט‟ אַנטדעקט געוואָרן

אַ ווירטועלע נסיעה צו מעגלעכע „לעבעדיקע‟ עקזאָפּלאַנעטן