וווּ זײַנען מײַנע ייִדן?

Where Did My Jews Go?

Yehuda Blum

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published March 27, 2015, issue of April 17, 2015.

איך זוך אַרום מײַנע ייִדן, וווּ נאָר איך געפֿין זיך. צי דאָס איז געווען אין מדינת־ישׂראל, וווּ איך האָב זיי כּמעט ווי אָנגעוווירן, צי דאָ אין אַמעריקע; כאָטש אין ניו־יאָרק האָב איך זיי געהאַט, אָבער דאָ, אין פֿלאָרידע, איז משה זוך מיך און יוקל געפֿין מיך. 

מיט אַ יאָר צוריק האָב איך זיך באַזעצט אויף סטאַביל אין פֿלאָרידע, אין אַ קליין שטעטעלע, וואָס הייסט, קאָראַל־ספּרינגס. אַ גאַנץ געשמאַק שטעטעלע ווי שטעטלעך גייען, איך וווין לעבן די קינדער מיט די אייניקלעך, און ווי איך בין געווען געוווינט, האָב איך זיך אַרײַנגעוואָרפֿן אין לערערײַ, מײַן פּראָפֿעסיע הייסט עס; און אַזוי ווי צו דער יונגוואַרג קען איך נישט צוקומען דאָ, ווײַל קיין שום קאָלעדזש גיט נישט קיין ייִדיש אָדער ייִדישע קורסן, בין איך אײַנגעגאַנגען אויפֿן עלטערן דור. כ’האָב אָנגעהויבן צו לערנען אין “נאָוואַ אוניווערסיטעט”.

קודם, האָבן זיך באַוויזן אַן ערך הונדערט עלטערע לײַט, מסתּמא אַלע ייִדן. פֿאַר זיי איז ייִדיש געווען אַ שפּראַך, וואָס זיי האָבן אַמאָל געהערט, די באָבע פֿלעגט זאָגן “קניש” אָדער “קישקע”. אַ ייִדיש וואָרט דאָ און דאָרט וואָס די מאַמע, די באָבע, די שכנטע האָבן אַרײַנגעוואָרפֿן אין זייער ענגליש; און ווער קען פֿאַרגעסן “שטיק” און “פּאָטייטאָ לאַטקעס”, “מצות” און “באָרשט”. ממש אַ מחיה, און אַלע האָבן געלאַכט.

מיט אַזאַ וואָקאַבולאַר איז געווען שווערלעך פֿאַר מיר צו גיין צום טיש. געזען, אַז ס’טויג נישט, האָב איך אָנגעהויבן צו דערציילן וועגן ייִדישן טעאַטער אויף ענגליש. זאָל זיך אײַך דאַכטן, אַז דאָס האָט זיי פֿאַרשלעפֿערט, בין איך אַריבער צו ייִדישער ליטעראַטור אויף ענגליש, אַלץ אויף ענגליש… וואָס מיר שלום־עליכם, ווער מיר איציק מאַנגער, מ’כראָפּעט אויף וואָס די וועלט שטייט. וואָס זשע ווילן זיי הערן? האָב איך זיי געפֿרעגט, זאָגן זיי מיר וועגן מיר אַליין גופֿא, מעשׂיות פֿון מײַנע קינדער־יאָרן. זייער קאָנצענטראַציע איז באַשטאַנען פֿון אַרום צען מינוט און ס’רעשט געפֿינען זיי זיך אין טראַ־לאַ־לאַ־לאַנד…

אויב דאָס איז נישט געווען גענוג, בין איך אַריבער אין אַ שטעטעלע, וואָס רופֿט זיך “דעלריי־ביטש”; געהערט, אַז זייער ביבליאָטעק פֿאַרבעט פֿון צײַט צו צײַט לעקטאָרן וואָס רעדן וועגן וועלט־רעליגיעס, צווישן אַנדערע אויפֿן שפּיץ מעסער, וועגן הינדוסן, פּאַפּואַסן און קאַטאַלוסן; און אין צווישן אַרײַנגעבראָקט אַ קרישקע ייִדישוסן, דער עולם איז פֿאַרכאַפּט צו וויסן וועגן די גלויבנס פֿון אַנדערע פֿעלקער, אָבער נישט וועגן דער אייגענער.

כ’האָב געהאַט דעם זעלבן אָפּשניט מיט דער ביבליאָטעק, ווײַל עפּעס וואָס האָט צו טאָן מיט ייִדן, ייִדיש, ייִדישער קולטור — איז צום גענעצן. נישט נאָר דאָס, נאָר אַ ייִדענע האָט זיך אין צווישן אָפּגערופֿן: 

“מיר וואָלטן געוואָלט האָבן אַ לערער וואָס לערנט דעם קאָראַן…”

איך שטעל זיך פֿאָר, אַז אַ לעקציע וועגן דעם קאָראַן מוז זײַן זייער אינטערעסאַנט, אָבער פֿאַרוואָס, צו אַלדע רוחות, דער קאָראַן, ווען זיי הייבן נישט אָן צו וויסן פֿון זייער אייגענעם אָפּשטאַם. געענדיקט מיט דער “לײַברערי”, האָבן מיך מײַנע גוטע פֿרײַנד צוגערעדט, אַז דער עולם אין אַ “דזשויִש קאָמיוניטי סענטער”, מוז זײַן ייִדישלעך געשטימט, איך וואָלט זיך דאָרט אַרײַנגעפּאַסט, ווי אַ הענטשקע צו דער נאָז. נאָך אַלעמען, זיי פֿאַרמאָגן טויזנטער מיטגלידער, פֿירן אָן מיט אַ קינדערגאָרטן, אַ קורס פֿאַר צוריקגעבליבענע קינדער מיט אויטיזם, זיי פֿירן קורסן פֿון תּלמוד און קבלה, ממש אָנגעמאָסטן אויף מיר.