ידיעות פֿון מעלבורן

News From Melbourne

פֿון שרה זילבערמאַן

Published June 08, 2015, issue of June 26, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 3)

די דעבאַטע גײט אױך אָן צװישן די נישט רעליגיעזע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס. דערװײַל האָבן צװײ אָרגאַניזאַציעס, דער ייִדישער אַרבעטער־„בונד‟ און „סטענד אָפּ: דזשוּיש קאָמיטמענט טו ע בעטער װױלד‟ (שטײט אױף: ייִדישע איבערגעגעבנקײט צו אַ בעסערער װעלט), פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַנאָנס אין דער װאָכנשריפֿט „די אױסטראַלישע ייִדישע נײַעס‟, װוּ זײ מעלדן אָפֿיציעל זײער אונטערשטיצונג פֿון לעגאַלער אָנערקענונג פֿון גלײַכע רעכט פֿאַר אַלע. זײ דריקן אױך אױס די מײנונג, אַז אַ לעגאַלע ענדערונג צו דער דעפֿיניציע פֿון חתונה האָבן װאָלט דערלױבט אַלע מיטגלידער פֿון דער געזעלשאַפֿט צו פֿילן, אַז זײ װערן אָנערקענט און אַז מע דיסקרימינירט נישט קעגן זײ.

פֿאַרװאָס פּאַלעסטינער דאַרפֿן לערנען זיך װעגן דעם דריטן חורבן

פּראָפֿעסאָר מאַכמוד דעזשאַני
פּראָפֿעסאָר מאַכמוד דעזשאַני

דער פּראָפֿעסאָר און שלום־אַקטיװיסט מאַכמוד דעזשאַני איז געקומען צו גאַסט קײן אױסטראַליע װי דער גאַסט פֿון „לימוד אָז, 2015‟. ער האָט געהאַלטן זײַן אײנציקן מעלבורנער רעפֿעראַט אױף דער טעמע „פֿאַרװאָס פּאַלעסטינער דאַרפֿן לערנען זיך װעגן דעם חורבן־אײראָפּע‟ אין אױסטראַלישן צענטער פֿאַר ייִדישער ציװיליזאַציע בײַם מאָנאַש־אוניװערסיטעט. פּראָפֿעסאָר דאַזשאַני, װאָס איז געבױרן געװאָרן אין ירושלים, האָט געמוזט רעזיגנירן פֿון אַלע זײַנע אַמטן בײַ „אַל קודס־אוניװערסיטעט‟, צוליב דעם גרױסן סיכסוך, װאָס איז פֿאָרגעקומען נאָך דעם װי ער האָט געבראַכט 27 פּאַלעסטינישע סטודענטן אױף אַ באַזוך קײן אױשװיץ אין מאַרץ, 2014. דער רעמאָנט פֿון אַ טהרה־שטיבל

דאָס אַלטע טהרה־שטיבל אױפֿן באָטאַנישן בית־עולם אין דער מעלבורנער פֿאָרשטאָט ספּרינגװײל איז אָריגינעל אױפֿגעבױט געװאָרן אין 1939. עס איז איצט רעמאָנטירט געװאָרן און עס װעט בקרובֿ פֿײַערן זײַן חנחות־הבית.