ידיעות פֿון מעלבורן

News From Melbourne

פֿון שרה זילבערמאַן

Published June 08, 2015, issue of June 26, 2015.

(די 3 טע זײַט פֿון 3)

נײַע װױן־ערטער פֿאַר דערװאַקסענע ייִדן מיט מניעות

דער ייִדישער הילפֿס־פֿאָנד פֿון װיקטאָריע האָט געמאָלדן װעגן דער דערעפֿענונג פֿון ספּעציעל־געבױטע װױן־ערטער, װעלכע ער האָט אױפֿגעבױט פֿאַר דערװאַקסענע ייִדן מיט פֿיזישע מניעות אין דער מעלבורנער פֿאָרשטאָט קאָלפֿילד.

ספּעציעלער פֿאָרום פֿאַר עלטערן

דער ייִדישער הילפֿס-פֿאָנד פֿון װיקטאָריע האָט אײַנגעאָרדנט אַ סעריע פֿאָרומס און װאַרשטאַטן פֿאַר עלטערן װעגן דער דערציִונג פֿון קינדער. דער אָנפֿירער פֿון די סעסיעס איז ד”ר דזשאָ טוטשי. ער איז דער פֿאַרװאַלטער פֿון דער אױסטראַלישער קינדהײט-פֿונדאַציע, אַ פּסיכאָלאָג און אַ געזעלשאַפֿטלעכער אַרבעטער.

דער צוגאַנג פֿון דער „גרין־פּאַרטײ‟ צו מדינת־ישׂראל

דער נײַ־דערװײלטער אָנפֿירער פֿון דער „גרין־פּאַרטײ‟ אין אױסטראַליע, דער פֿעדעראַלער סענאַטאָר ריטשאַרד די נאַטאַלי, האָט געמאָלדן אין אַן אינטערװיו, אַז ער האַלט, אַז די פּאַלעסטינער דאַרפֿן אָנערקענען אַ צװײ־שטאַטישע לײזונג אין מיטלען מיזרח. ער האָט שפּעטער געמאָלדן, אַז ער האַלט נישט, אַז מדינת־ישׂראל דאַרף זײַן אַ ייִדישע מדינה. די נאַטאַליס ביוראָ האָט דערנאָך געזאָגט, אַז עס איז פֿאָרגעקומען אַ מיספֿאַרשטענדעניש װעגן זײַנע װערטער. די נאַטאַלי האָט געשריבן אַ בריװ צום עקזעקוטיװ־ראַט פֿון אױסטראַלישן ייִדנטום, אין װעלכן ער שרײַבט, אַז ער שטיצט אונטער אַ צװײ־שטאַטישע לײזונג אין מיטלען מיזרח, און אַז ער פֿאַרטײדיקט די לעגיטימאַטיװע רעכט סײַ פֿונעם ישׂראלדיקן פֿאָלק, סײַ פֿונעם פּאַלעסטינישן פֿאָלק. דערצו שרײַבט ער אינעם בריװ, אַז ער האָט קײן מאָל נישט פֿאַרטײדיקט דאָס שאַפֿן אַ ייִדישע מדינה. פֿאָרשטײער פֿון ציוניסטישע אָרגאַניזאַציעס אין אױסטראַליע האָבן געטאַדלט די נאַטאַליס צוגאַנג צום ענין ייִדישע מלוכה אין אַ רײ אינטערװיוען, װוּ זײ האָבן דערמאַנט, אַז די פֿאַראײניקטע פֿעלקער האָבן גוטגעהײסן שאַפֿן אַ ייִדישע מדינה אין מיטעלן מיזרח אין 1948.

די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.