ידיעות פֿון מאָסקווע

News from Moscow

פֿון אלכּסנדרה פּאָליאַן

Published March 09, 2016, issue of April 01, 2016.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

אַ גרופּע פֿון פּעטערבורג קומט אין שטעטל בעשענקאָוויטש

נאָך אַ ידיעה, פֿאַרבונדן מיט די פּעטערבורגער ייִדישע לימודים: אַ גרופּע וואָלאָנטירטע פֿון סאַנקט־פּעטערבורג איז אָנגעקומען קיין ווײַסרוסלאַנד, אין שטעטל בעשענקאָוויטש, וויטעבסקער געגנט, וווּ עס לעבן הײַנט 8 ייִדן, כּדי צו העלפֿן אויפֿהיטן דעם אַלטן ייִדישן בית־עולם.

זיי האָבן גערייניקט די טעריטאָריע פֿונעם בית־עולם פֿון מיסט און געפֿאַלענע קוסטן, אויפֿגעהויבן און אַוועקגעשטעלט די געפֿאַלענע מצבֿות, נומערירט זיי און געשאַפֿן אַ מאַפּע פֿונעם בית־עולם. לעבן אַרײַנגאַנג האָבן זיי געשטעלט אַ פּלאַקאַט, וואָס דערציילט וועגן דער געשיכטע פֿונעם אָרט און פֿון דער בעשענקאָוויטשער ייִדישער קהילה. כּדי מקבל־פּנים צו זײַן די וואָלאָנטירטע, איז קיין בעשענקאָוויטש אָנגעקומען דער פֿאָרזיצער פֿונעם פֿאַראיין פֿון ווײַסרוסישע ייִדישע געזעלשאַפֿטלעכע אָרגאַניזאַציעס, באָריס גערסטן.

אַן „אָפֿענער טאָג‟ אינעם ייִדישן מוזיי

אינעם נײַעם ייִדישן מוזיי אין מאָסקווע איז פֿאָרגעקומען דער „אָפֿענער טאָג‟ — דעם 7טן מערץ איז דער אײַנטריט אין מוזיי געווען פֿרײַ. די פּראָגראַם האָט אײַנגעשלאָסן עקסקורסיעס איבערן מוזיי, אונטערנעמונגען פֿאַר קינדער און אַ רעפֿעראַט, וואָס האָט אָרגאַניזירט דער צענטער פֿונעם אַוואַנגאַרד. געהאַלטן אים האָט דער היסטאָריקער מיכאַיִל דוכאָווני. ער האָט דערציילט וועגן די צוויי סטילן אין אַרכיטעקטור, וואָס האָבן געבליט אין די 30ער יאָרן אין מאָסקווע און אין תּל־אָבֿיבֿ, און האָבן אָפּגעשפּיגלט די נײַע אידעאָלאָגיעס פֿון די צוויי לענדער, דעם מאָסקווער קאָנסטרוקטיוויזם און דעם תּל־אָיבֿיבֿער באַוהאַוס. דאָס אָרט פֿונעם האַלטן דעם רעפֿעראַט איז טאַקע פּאַסיק צו דער טעמע: דער ייִדישער מוזיי, וואָס געפֿינט זיך אין באַכמעטעווער גאַראַזש, אַ קאָנסטרוקטיוויסטישן בנין פֿון סוף 1920ער יאָרן.

„קניזשניקי‟ האָט דערקלערט זײַן נײַעם פּראָיעקט

און די לעצטע ידיעה פֿאַר הײַנט: דער ייִדישער ביכער־פֿאַרלאַג „קניזשניקי‟ האָט דערקלערט זײַן נײַעם פּראָיעקט — אַן אויסגאַבע פֿונעם תּלמוד אין אַ נײַער רוסישער איבערזעצונג. די וואָך איז אַרויס דער ערשטער באַנד, „מסכת־ברכות‟. בסך־הכּל זענען פּלאַנירט 75 בענד.