אלי וויזל, דער ייִדישער שרײַבער

Elie Wiesel, The Yiddish Writer

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published July 01, 2016, issue of June 25, 2016.
עליע וויזעל, 1968
Getty Images
עליע וויזעל, 1968

די צײַטונג „ניו־יאָרק טײַמס‟ האָט דעם 2טן יולי פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַרטיקל אין אָנדענק פֿון אליעזר (אלי) וויזל, וווּ עס ווערט דערמאָנט, אַז ער איז געווען אַ ייִד פֿון דער שארית־הפּליטה, וועלכער האָט איבערגעלעבט אוישוויץ און געוווּנען אַ נאָבעל־פּרעמיע פֿאַר שלום. מיט די זעלבע ווערטער הייבט זיך אָן דער אַרטיקל אין „האָרץ‟ און אַנדערע הויפּטשטראָמיקע צײַטונגען, ייִדישע און אַלגעמיינע, וואָס האָבן זיך פֿאַרשפּרייט פֿאַראַכטאָגן שבת אויף דער אינטערנעץ.

ס׳איז אָבער וויכטיק צו דערמאָנען, אַז אין דער געשיכטע פֿונעם „פֿאָרווערטס‟ איז וויזל אויך באַקאַנט, אויף גאָר אַן אַנדער שטייגער — ווי אַ ייִדיש־אַקטיוויסט און אַ באַקאַנטער היימישער ייִד פֿונעם עסטרײַך־אונגערישן שניט.

וויזל, דער וועלט־באַקאַנטער שרײַבער, פּראָפֿעסאָר און אַקטיוויסט, איז ניפֿטר געוואָרן דעם 2טן יולי אין זײַן מאַנהעטענער היים, אינעם בכּבֿודיקן עלטער פֿון 87 יאָר. אַ געבוירענער אין סיגעט, דאָס באַרימטע אונגעריש־ייִדישע שטעטל אין טראַנסילוואַניע, איז ער דערצויגן געוואָרן אין אַ משפּחה פֿון וויזשניצער חסידים. הײַנט ווערט סיגעט, וואָס נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה איז אַריבער אויף דער רומענישער טעריטאָריע, געוויינטלעך אַסאָציִיִרט מיט די סאַטמאַרער חסידים. דאָרטן האָבן געפּראַוועט זייער הויף דער זיידע און דער טאַטע פֿון רבי יואל טייטלבוים, וועלכער האָט געשפּילט די שליסל־ראָלע אינעם אויפֿלעבן אין צפֿון־אַמעריקע און אַנדערע לענדער דאָס נײַע חסידישע ייִדישלאַנד נאָכן חורבן.

אין פֿאַרגלײַך מיט די נאָבעל־פּרעמיעס אין וויסנשאַפֿט, איז דער שלום־פּריז נישט אַלעמאָל אַ סימן פֿון גדולה. אין דער ליסטע פֿון לאַורעאַטן טרעפֿן זיך אַ צאָל צווייפֿלהאַפֿטיקע פּערזענלעכקייטן. מנחם בעגין און יאַסיר אַראַפֿאַט האָבן במשך פֿון זייער מיליטערישער און פּאָליטישער קאַריערע ביידע אויסגענוצט, אויף די היפּוכדיקע צדדים פֿונעם מיטל־מיזרחדיקן קאָנפֿליקט, אַזעלכע מיטלען, וואָס די קריטיקער קלאַסיפֿיצירן זיי ווי אויסגעשפּראָכענע מלחמה־פֿאַרברעכנס. הענרי קיסינדזשער, וואָס האָט באַקומען די חשובֿע פּרעמיע אינעם יאָר 1973, איז לכתּחילה געווען טיף פֿאַרמישט אין דער וויעטנאַמער מלחמה, וועלכע האָט זיך בעת זײַן פֿאַרדינען דעם פּריז נאָך נישט געענדיקט.