ייִדיש אין קאַזאַן

Yiddish in Kazan

מאַרינאַ יאַקובאָוויטש זינגט אונטערן אַקאָמפּאַנימענט פֿון לעוו סאַנדיוק אויף דער צווייטער „לימוד‟־קאָנפֿערענץ אין קאַזאַן
Courtesy of yiddishcenter.org
מאַרינאַ יאַקובאָוויטש זינגט אונטערן אַקאָמפּאַנימענט פֿון לעוו סאַנדיוק אויף דער צווייטער „לימוד‟־קאָנפֿערענץ אין קאַזאַן

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published September 27, 2016, issue of September 30, 2016.

פֿונעם 2טן ביזן 4טן סעפּטעמבער איז צום צווייטן מאָל דורכגעפֿירט געוואָרן אַ „לימוד‟־קאָנפֿערענץ אין קאַזאַן, די הויפּטשטאָט פֿון טאַטאַרסטאַן, ווי אַ טייל פֿונעם „פּאָסט־סאָוועטישן‟ אָפּטייל פֿונעם „לימוד‟.

בערך 450 מענטשן, אַרײַנגערעכנט אַ גאַנצע ריי באַרימטע פּערזענלעכקייטן, האָבן זיך פֿאַרזאַמלט אויף דער קאָנפֿערענץ, וועלכע איז פֿאָרגעקומען אינעם דאָרף פּעטראָווסקי, נישט ווײַט פֿון דער שטאָט, אין אַ מאָדערנעם האָטעל־קאָמפּלעקס. אין דער אונטערנעמונג האָט זיך באַטייליקט דער אינטערנאַציאָנאַלער ייִדיש־צענטער בײַם „ייִדישן וועלט־קאָנגרעס‟ מיטן צענטער אין ווילנע. די אָרגאַניזאַציע האָט ווידער באַטאָנט, אַז זי האָפֿט אויפֿצולעבן די שפּראַך אויפֿן שטח פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, ווי אַ נייטיקן יסוד פֿון דער טראַדיציאָנעלער ייִדישער קולטור אינעם לאַנד.

דער פּאָסט־סאָוועטישער אָפּטייל פֿונעם „לימוד‟, געגרינדעט אין 2006, איז בעצם אַ רוסיש־שפּראַכיקע אונטערנעמונג, וואָס ווערט דורכגעפֿירט יעדעס יאָר נישט בלויז אין רוסלאַנד און די געוועזענע סאָוועטישע רעפּובליקן, נאָר אויך אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן און ארץ־ישׂראל, ווי עס וווינען אַ סך ייִדישע רוסיש־רעדער. איך האָב אַליין מיט צוויי יאָר צוריק דערציילט וועגן מײַנע לעקציעס אויף אַזאַ אונטערנעמונג אין ניו־דזשערזי.

זײַענדיק אַ היסטאָרישער צענטער פֿון ייִדישקייט, קאָן ווילנע דינען ווי אַ געראָטענער סטראַטעגישער פּונקט פֿון קאָאָפּעראַציע צווישן מערבֿדיקע און פּאָסט־סאָוועטישע פּראָיעקטן. הגם ליטע איז אַרײַן אינעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד מיט 12 יאָר צוריק, פֿילט זיך דאָרטן נאָך אַלץ אַ בולטע סאָוועטישע און רוסישע השפּעה. נישט געקוקט אויף די נאַציאָנאַליסטישע שטימונגען, קענען 80 פּראָצענט ליטווינער רוסיש און בײַ אַ ממשותדיקן טייל פֿון דער באַפֿעלקערונג בלײַבט עס די איינציקע שפּראַך.

דער אינטערנאַציאָנאַלער ייִדיש־צענטער איז געגרינדעט געוואָרן אין 2014 און פֿאַרנעמט זיך גאַנץ אַקטיוו מיט פּראַקטישע פּראָגראַמען. למשל, 20 אַקטיוויסטן האָבן זיך באַטייליקט פֿונעם 22סטן ביזן 24סטן אויגוסט אינעם ווילנער סעמינאַר „פּערל פֿון ייִדיש־קולטור‟. בעת דער פֿאַרגאַנגענעם „לימוד‟־קאָנפֿערענץ אין קאַזאַן, האָט דער ייִדיש־צענטער דורכגעפֿירט אַ קאָנצערט פֿון דער באַקאַנטער זינגערין מאַרינאַ יאַקובאָוויטש אונטערן אַקאָמפּאַנימענט פֿונעם מאָסקווער מוזיקער לעוו סאַנדיוק, דער גרינדער פֿון דער כּלי־זמרישער גרופּע „קלעזמאַסטערס‟. אַ געבוירענע אין מערבֿ־אוקראַיִנע, וווינט יאַקובאָוויטש איצט אין ארץ־ישׂראל.

אין דער זעלביקער צײַט, פֿונעם 2טן ביזן 4טן סעפּטעמבער, איז אין קאַזאַן פֿאָרגעקומען דער פֿינפֿטער אינטערנאַציאָנאַלער פֿעסטיוואַל פֿון ייִדישער מוזיק, „קאַזאַנפֿעסט‟. ייִדיש האָט פֿאַרנומען אַ גרויס אָרט אין דער אונטערנעמונג. ד״ר מיכאל ריסקין איז אויפֿגעטראָטן מיט אוניקאַלע לידער, געירשנט פֿון זײַן עלטער־זיידן, און דער מאָסקווער פֿאָלק־דועט „אויפֿן וועג‟ טראָגט אַ ייִדישן נאָמען.

מיט אַ יאָר צוריק, האָט מען אין קאַזאַן אָפּגעמערקט דעם הונדערטסטן יוביליי פֿון דער גרויסער שטאָטישער שיל. אין דער אונטערנעמונג האָבן זיך באַטייליקט 500 מענטשן, בתוכם דער צײַטווײַליקער פּרעזידענט פֿון טאַטאַרסטאַן, רוסטאַם מאַניכאַנאָוו; דער מעיאָר פֿון דער שטאָט, אילסור מעטשין; דער הויפּט־מופֿטי פֿון דער רעפּובליק, קאַמיל סאַמיגולין; און דער ליובאַוויטשער הויפּט־רבֿ פֿון דער רוסלענדישער פֿעדעראַציע, בערל לאַזאַר, וועלכער האָט באַמערקט, אַז אין טאַטאַרסטאַן הערשט אַ פֿרײַנדלעכע אַטמאָספֿער צווישן פֿעלקער און רעליגיעס.

אויפֿן ערשטן בליק, איז קאַזאַן אַ חידושדיק אָרט פֿאַר ייִדיש־אונטערנעמונגען. די ערשטע ייִדישע קהילה אין דער שטאָט איז באַשטאַנען פֿון די געוועזענע קאַנטאָניסטן. נאָכן אָפּדינען לאַנגע יאָרן אין דער רוסישער אַרמיי, וווּ מע האָט זיי כּסדר גערודפֿט און געפּרוּוונט צו שמדן בגוואַלד, זענען אַ טייל פֿון זיי געבליבן אין קאַזאַן. ס׳רובֿ ייִדן האָבן נישט געטאָרט וווינען מחוץ דעם תּחום־המושבֿ, הגם אַ קליינע צאָל ייִדישע אַפּטייקער און בעל־מלאָכות האָט זיך אײַנגעגעבן זיך דאָרטן צו באַזעצן. לכתּחילה האָט די אָרטיקע קהילה געהאַט אַן אַסימילירטן טעם.