(די 3 טע זײַט פֿון 3)
בײַ טענענבוים, וועלכער איז דערצויגן געוואָרן אין אַ סעקולערן מושבֿ אין ישׂראל, איז דער פֿילם באמת אַ מעשׂה וועגן אידענטיטעט. „איידער סטייסי און איך האָבן זיך אַריבערגעצויגן קיין אַמעריקע, האָב איך ווייניק געוווּסט וועגן ייִדישקייט,‟ האָט טענענבוים באַמערקט. ער האָט זיך באַקענט מיט לייזער בעת דער פּראָדוקציע פֿון אַן אַנדערן פֿילם, און לייזער האָט אים און מאַלטין געגעבן אַ טור פֿונעם חסידישן וויליאַמסבורג; געבראַכט זיי צו די דעמאָנטסראַציעס קעגן סעקסועלער באַלעסטיקונג אין דער חסידישער וועלט, און דאָרט האָבן זיי זיך באַקענט מיט דער וואַקסנדיקער צאָל יונגע לײַט, וועלכע האָבן פֿאַרלאָזט דעם חסידישן לעבן־שטייגער.
„לכתּחילה האָב איך נישט פֿאַרשטאַנען, פֿאַר וואָס די יונגע מענטשן, וואָס קריטיקירן אַזוי שטאַרק די חסידים, וווינען נאָך אַלץ אַזוי נאָענט צו זיי,‟ האָט טענענבוים באַמערקט. „׳דו וווינסט דאָך אין אַמעריקע, אַ פֿרײַע מדינה,׳ האָב איך זיי געזאָגט. ׳אויב די חסידים דאָ געפֿעלן דיר נישט, פֿאַר וואָס ציסטו זיך נישט פּשוט איבער קיין קאַליפֿאָרניע?׳ האָבן זיי מיך געענטפֿערט: ׳פֿאַר וואָס זאָלן מיר זיך אַוועקציִען? מיר ווילן זײַן אַ טייל פֿון דער קהילה. דאָס איז דאָך אונדזער קולטור אויך.׳
„ערשט דעמאָלט האָב איך פֿאַרשטאַנען, אַז דאָס איז טאַקע דער ייִדישער וועג: אויב עפּעס אין דער קהילה געפֿעלט דיר נישט — פּרוּוו עס צו בײַטן, אַנשטאָט צו אַנטלויפֿן דערפֿון. מיט דעם פֿילם וויל איך ווײַזן די טיפֿע פֿאַרבינדונג צו דער חסידישער געזעלשאַפֿט, נישט בלויז מצד די חסידים, אָבער אויך בײַ די וועלכע זענען מער נישט חסידיש.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.