(די 2 טע זײַט פֿון 3)
מיט 16 יאָר צוריק, האָט דער מחבר פֿון די שורות געהאַט אַ שײַכות צו דער דערמאָנטער גרופּע. דעמאָלט האָב איך זיך געלערנט, במשך פֿון עטלעכע חדשים, אין דער לאָנדאָנער רוסישער ישיבֿה „רוח נכון‟, וועלכע איז געגרינדעט געוואָרן ווי אַן אָרטיקער גילגול פֿון „לבֿ טהור‟. דער צענטער פֿון דער עיקר־חבֿרה, בראָש מיט הרבֿ שלמה העלבראַנץ, איז דעמאָלט געווען אין מאָנסי. מיט עטלעכע יאָר פֿאַר דעם, איז העלבראַנץ אָפּגעזעסן אַ פּאָר יאָר אין אַן אַמעריקאַנער טורמע פֿאַרן נישט אומקערן אַ 13־יאָריק ייִנגל, שי פֿימאַ, צוריק צו זײַנע עלטערן. דאָס ייִנגל אַליין האָט, לויט זײַנע ווערטער, געוואָלט בלײַבן מיט „לבֿ טהור‟.
דאָס פֿאָלגן דעם רבין אָן קיין קשיאות האַלטן די „לבֿ־טהורניקעס‟ פֿאַר דער גרעסטער מיצווה. דערצו, ווי עס גיבן איבער אַ צאָל קוואַלן, זענען צווישן זיי אָנגענומען פֿאַרשיידענע סיגופֿים — פֿיזישע און פּסיכאָלאָגישע זעלבסט־פּײַנונגען, וואָס ווערן באַטראַכט ווי מיסטישע תּיקונים. מיט 300 יאָר צוריק זענען אַזעלכע הנהגות געווען באַקאַנט אין אַ סך ייִדישע קהילות, צווישן די סאַמע פֿרומע; הײַנט אָבער, איז געבליבן ברייט פֿאַרשפּרייט בלויז דער מינהג צו קריגן סימבאָלישע מלקות ערבֿ יום־כּיפּור.
הערבראַנץ איז אַ סתּירותדיקער, אָבער זייער אַ כאַריזמאַטישער פּערסאָנאַזש. ווען מע האָט אים אַרעסטירט פֿאַרן פֿאַרכאַפּן דאָס ייִנגל, האָט ער זיך במסירת־נפֿש אָפּגעזאָגט אָפּגעגאָלט צו ווערן, און האָט איבערצײַגט די תּפֿיסה־אַדמיניסטראַציע איבערצולאָזן זײַן באָרד און זי אויסצומעקן אויף דער פֿאָטאָגראַפֿיע דורך אַ קאָמפּיוטער; על־פּי־געזעץ, טאָרן די מענער אויף די אַמעריקאַנער טורמע־פֿאָטאָגראַפֿיעס נישט האָבן קיין בערד.
זײַן חבֿרה האָט געשפּילט אַן אַקטיווע ראָלע אינעם פֿאַרשפּרייטן צווישן אַ טייל פֿרומע פֿרויען אין בית־שמש און אַנדערע שטעט די מאָדע צו טראָגן „פֿרומקעס‟ — לאַנגע שוואַרצע בגדים מיט צוגעדעקטע פּנימער, וואָס דערמאָנען אין די מוסולמענישע בורקעס. נישט געקוקט אויף זײַנע אומגעוויינטלעכע הנהגות, איז העלבראַנץ טאַקע אַ גרויסער תּלמיד־חכם, וועלכער האָט אָנגעשריבן עטלעכע ספֿרים מיט אַ קבלהדיקן און מוסרדיקן טעם.
די „קוועבעקישע פּאַרטיי‟ האָט קלוג אויסגעקליבן דעם צילברעט פֿון איר פּראָפּאַגאַנדע קעגן דעם באַנוץ פֿון רעליגיעזע סימבאָלן. ווייניק ייִדן ווילן פֿאַרטיידיקן „לבֿ טהור‟ — אַ קליינע, איזאָלירטע, גאָר מאַרגינאַלע און דערצו שאַרף אַנטי־ציוניסטישע חבֿרהלע פֿון אַרום 40 משפּחות מיט אַ צווייפֿלהאַפֿטיקער רעפּוטאַציע און אַ כּמו־מוסולמעניש פּנים. אַ סך הויפּט־שטראָמיקע ייִדישע טוער שעמען זיך, אַז אַזאַ גרופּע עקזיסטירט אין קאַנאַדע בכלל, און ווילן שוין לאַנג פֿון איר פּטור ווערן. דערפֿאַר, האָבן די קוועבעקער פּאָליטיקער געקאָנט אָנלערנען „לבֿ טהור‟ אַ שטראָף־לימוד אָן קיין מערקווירדיקער רעאַקציע, שאַפֿנדיק דערבײַ אַ פּאָליטישן קאַפּיטאַל, וואָס מע קאָן אויסנוצן קעגן די פֿרומע ייִדן בכלל, מוסולמענער און אימיגראַנטן. די לאָגיק פֿון אַזאַ אויסקלײַב דערמאָנט די אַלטע אַנטיסעמיטישע בלוט־בילבולים. צווייפֿלהאַפֿטיקע קלאַנגען וועגן אַ פּאָר ייִדן אין עפּעס אַ דערפֿל ווערן באַטראַכט ווי אַן אַלגעמיינער מוסטער פֿון „געפֿערלעכע‟ חסידים.
צוליב די רדיפֿות, זענען העלבראַנצס חסידים, בראָש מיט זייער רבין, אַנטלאָפֿן פֿון זייער געוועזענעם צענטער, דאָס קוועבעקישע שטעלט סאַנט־אַגאַט, קיין טשאַטאַם־קענט, אָנטאַריאָ. דעם 7טן מאַרץ האָט די צײַטונג „האָרץ‟ איבערגעגעבן, אַז די קאַנאַדער רעגירונג וויל זיי דאָרטן אויך נישט לאָזן צו רו, און פּרוּווט אָפּצונעמען אַלע זייערע קינדער. אַ צאָל פֿון זיי זענען אַנטלאָפֿן אַזש קיין גוואַטעמאַלע.
די פּרעסע־אַרטיקלען וועגן „לבֿ טהור‟ זענען פֿול מיט ווילדע בילבולים, צווייפֿלהאַפֿטיקע קלאַנגען און גוזמאות. למשל, מע גיט איבער, אַז די „לבֿ־טהורניקעס‟ גלייבן, אַז אַ ייִדיש מיידל קאָן, טעאָרעטיש, חתונה האָבן בײַ 12 יאָר. גוואַלד, געפֿערלעך! ישר־כּוח, נאָר דאָס איז אַ באַקאַנטער יסוד פֿון ייִדישקייט; אַ בת־מיצווה־מיידל איז טאַקע, אין פּרינציפּ, אַ דערוואַקסענע פֿרוי אין אַלע אַספּעקטן. קלאַנגען וועגן אַ קאָנקרעטער חתונה פֿון אַ 14־יאָריק מיידל מיט עטלעכע יאָר צוריק קלינגען אויך איבערגעטריבן. געזעצלעך צי נישט, דאַרף מען נעמען אין באַטראַכט, אַז ביזן יאָר 2008 האָט מען אין קאַנאַדע געקאָנט חתונה האָבן אין אַזאַ עלטער, און סעקסועלע באַציִונגען צווישן בר־מיצווה־קינדער זענען אינגאַנצן געזעצלעך.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.