(די 3 טע זײַט פֿון 3)
מיט צוויי חדשים צוריק, האָט „לאַ פּרעס‟ פּובליקירט אַן אַרטיקל, וואָס הייבט זיך אָן פֿון אַ ווילד אויסטראַכטעניש — אַז די „לבֿ־טהורניקעס‟ קלײַבן זיך, כּלומרשט, זיך צו נעמען דאָס לעבן אויף אַ מאַסן־שטייגער. די מחברטע דערציילט, אַז בעת זייער נסיעה פֿון קוועבעק קיין אָנטאַריאָ האָט דער שאָפֿער דערזען אַ „שרעקעדיק‟ בילד: אַ סך וויינענדיקע קינדער, וועלכע האָבן זיך אויסבאַהאַלטן אונטער די לאַנגע שוואַרצע קליידער פֿון זייערע מאַמעס. דאָס, וואָס די מענער אין דער דאָזיקער קהילה רירן נישט אָן זייערע נידה־ווײַבער, און אַז די פֿרויען שטרעבן כּסדר צו באַשטימען די צײַט פֿון זייער אָוווּלאַציע, ווערט געשילדערט ווי אַ שרעקלעכע עוולה. עס מאַכט זיך אַן אײַנדרוק, אַז דאָס האָבן אַ סך קינדער איז שוין אַ געפֿערלעכע עוולה, לויטן אַרטיקל.
אַ טייל אויסטראַכטענישן זענען אינגאַנצן אומלאָגיש. די זעלבע מחברטע טענהט, אַז אַלע פֿרויען און מיידלעך אין דער קהילה טראָגן לאַנגע קליידער ביז דר׳ערד און דיקע שוואַרצע זאָקן; אין דער זעלבער צײַט, שילדערט זי גאַנץ פּרטימדיק די בלויע פֿלעקן און אינפֿעקציעס, וואָס מע זעט אויף זייערע פֿיס. האַ? כּדי צו מאַכן די מעשׂה שׂכלדיק, וואָלט זי געדאַרפֿט צוגעבן, אַז די זאָקן און קליידער זענען געווען געפֿערלעך צעריסן.
די לאַנגע כּמו־מוסולמענישן בגדים זענען שוין אַליין אַ געפֿערלעכע סימן פֿאַר דער פּרעסע. אין נאָוועמבער, האָט „Jerusalem Post‟ פֿאַרעפֿנטלעכט דאָס ווילדע אויסטראַכטעניש, אַז די „לבֿ־טהורניקעס‟ האָבן געוואָלט אַוועקלויפֿן קיין איראַן. וואָס עפּעס איראַן? אַפּנים, ווײַל אַזעלכע מלבושים זענען דאָרטן מער פּאַסיק, ווי אינעם „טאָלעראַנטן‟ קוועבעק. מיט אַ פּאָר טעג שפּעטער האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז זיי זענען אַנטלאָפֿן בלויז קיין אָנטאַריאָ.
דעם 11טן מאַרץ, האָט די קאַנאַדער נײַעס־אַגענטור „Globalnews‟ איבערגעגעבן, אַז דרײַ געפֿערלעך אויסגעהונגערטע קינדער פֿון די „לבֿ־טהורניקעס‟, וואָס די רעגירונג־דינסטן האָבן זיי צוגענומען פֿון דער משפּחה, זענען געבראַכט געוואָרן אין שפּיטאָל צוליב דעם, וואָס זיי האָבן דערקלערט אַ הונגער־שטרײַק, פֿאָדערנדיק זיי אומצוקערן צו די משפּחות. דער דירעקטאָר פֿונעם צענטער, וווּ די יונגע שטרײַקער געפֿינען זיך, האָט באַטאָנט, אַז ער זאָרגט זיך וועגן דעם גורל פֿון די אַנדערע צוגענומענע קינדער, און פֿאָרט באַשולדיקט ער אין דעם זייער קהילה.
צווישן דער כוואַליע פֿון גוזמאות און בילבולים, האָט זיך דעם 11טן מאַרץ באַוויזן אַ גאַנץ אַדעקוואַטער אַרטיקל אויף דער באַקאַנטער ליובאַוויטשער וועבזײַט Crownheights.info. דער אַנאָנימער מחבר וואָרנט די לייענער, אַז ער איז נישט מסכּים מיטן לעבנס־שטייגער פֿון די „לבֿ־טהורניקעס‟, אָבער פֿאַרגלײַכט די מלוכישע רדיפֿות קעגן זיי מיט דער אַמאָליקער צאַרישער גזירה אין רוסלאַנד, לויט וועלכער די רעגירונג האָט געצוווּנגען אַ טייל ייִדישע קינדער — די קאַנטאָניסטן — צו דינען אין דער אַרמיי.
ווי געזאָגט, בין איך געווען אַמאָל פֿאַרבונדן מיטן לאָנדאָנער רוסישן גילגול פֿון „לבֿ טהור‟. דער שטרענגער כּמו־סטאַליניסטישער גײַסט פֿון דער דאָזיקער באַוועגונג איז מיר באַלד נימאס געוואָרן. צענדליקער בעל־תּשובֿות, אַרײַנגערעכנט גאַנץ אינטעליגענטע רוסישע ייִדן, זענען אָבער יאָ צופֿרידן דערמיט.
למה הדבֿר דומה? מיט וואָס קאָן מען דאָס פֿאַרגלײַכן? אין קוועבעק זענען פֿאַראַן צענדליקער קלובן, וווּ מענטשן פֿאַרנעמען זיך מיט סיגופֿים צוליב סעקסועלער הנאָה, אַרײַנגערעכנט דעם אָרטיקן צווײַג פֿון דער גאַנץ העדאָניסטישער ייִדישער חבֿרה „קינקי דזשוס‟. מילא, אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, מעג אין דער הײַנטיקער וועלט אויך זײַן אַ מין פֿרומע ווערסיע פֿון אַזאַ קלוב, וווּ דער עולם האַלט אַזעלכע הנהגות פֿאַר גרויסע תּיקונים.
די בורקעס, חומראות, סודות און סתּירות, סאַדאָ־מאַזאָכיסטישע נטיות און הנהגות, דער פּערזענלעכקייט־קולט פֿונעם מנהיג זענען נישט קיין תּירוץ פֿאַר רדיפֿות קעגן דער גאַנצער גרופּע. פֿאַרוואָס זאָל אַ כּמו־סטאַליניסטישער וואַריאַנט פֿון נעאָ־חסידות נישט האָבן דאָס רעכט צו עקזיסטירן, אויב די דערוואַקסענע ווילן אַליין פֿירן אַזאַ לעבן?
איך גלייב, אַז אַ טייל דערציילונגען וועגן ברוטאַלע מעשׂים אין „לבֿ טהור‟ קאָנען זײַן אמת. דערווײַל בלײַבט אָבער קלאָר, אַז די קאַנאַדער רעגירונג האָט באַהאַנדלט זייערע קינדער מיט אַ ברוטאַלער אומסענסיטיווקייט. און ס׳איז אויך קלאָר, אַז כּל־זמן מע האָט נישט קיין קלאָרע ראַיות פֿון עכט פֿאַרברעכערישע כּללים אין דער גאַנצער גרופּע, בלײַבן די רדיפֿות און בילבולים קעגן „לבֿ־טהור‟ סתּם קסענאָפֿאָביש און אַנטיסעמיטיש, פֿעסט פֿאַרבונדן מיט די אַנטי־אימיגראַנטישע און נאַציאָנאַליסטישע שטימונגען אין קוועבעק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.