„לבֿ טהור‟ און די פּאַלעסטינער?

Lev Tahor and Palestinians?

אַ סצענע פֿונעם פֿילם „קונסט/גוואַלד‟
אַ סצענע פֿונעם פֿילם „קונסט/גוואַלד‟

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published April 06, 2014, issue of April 25, 2014.

אַ צאָל לייענער האָבן שאַרף קריטיקירט מײַן פֿריִערדיקן אַרטיקל וועגן דער שטרענג־פֿרומער קאַנאַדער חבֿרה „לבֿ־טהור‟. גוואַלד, מע פֿאַרטיידיקט אַ שרעקלעכן טאָטאַליטאַרן קולט! לאָמיך צוגעבן נאָך אַ ביסל ברענשטאָף צו דער דיסקוסיע און דערציילן אַ מעשׂה.

אַן אַפֿיש פֿונעם פֿילם „קונסט/גוואַלד‟
אַן אַפֿיש פֿונעם פֿילם „קונסט/גוואַלד‟

„איך בין הונדערט פּראָצענט אַ ייִד און הונדערט פּראָצענט אַ פּאַלעסטינער‟, פֿלעגט זאָגן דער אַקטיאָר דזשוליאַנאָ מער־כאַמיס, וועלכער איז טראַגיש אומגעקומען דעם 4טן אַפּריל, 2011. אַ באַוואָפֿנטער מאַן אין אַ מאַסקע האָט אים דערשאָסן אין דזשענין, וווּ ער האָט געשאַפֿן זײַן „פֿרײַהייט־טעאַטער‟. מיטוואָך, דרײַ יאָר נאָך זײַן טויט, האָט דער באַקאַנטער ישׂראל־אַמעריקאַנער רעזשיסאָר אודי אַלוני דורכגעפֿירט אינעם ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט אַן אָנדענק־פּרעמיערע פֿון זײַן פֿילם „קונסט /גוואַלד‟, געווימדעט דער טעטיקייט פֿון זײַן אומגעקומענעם חבֿר. אין דער אונטערנעמונג האָבן זיך באַטייליקט צוויי באַקאַנטע הײַנטצײַטיקע פֿילאָסאָפֿן, דזשודיט באָטלער און סלאַוווי זשיזשעק. דער פֿילם איז געשאַפֿן געוואָרן בשותּפֿות מיט די פּאַלעסטינער רעזשיסאָרן באַטול טאַלעב און מאַריאַם אַבו־כאַלעב.

דזשוליאַנאָ מער־כאַמיס — שפּעטער באַקאַנט צווישן זײַנע נאָענטע חבֿרים ווי דזשול — איז געבוירן געוואָרן אין אַ געמישטער משפּחה. זײַן מאַמע איז געווען אַרנאַ מער, אַ געוועזענע סאָלדאַטקע פֿון „פּלמ״ח‟, וועלכע האָט זיך אַנטוישט אין ציוניזם און זיך באַטייליקט אין דער ישׂראלדיקער קאָמוניסטישער פּאַרטיי. זײַן טאַטע, סאַליבאַ כאַמיס, איז געווען אַן אַראַבער פֿון אַ גריכיש־אָרטאָדאָקסישער קריסטלעכער משפּחה און אויך אַ פּראָמינענטער קאָמוניסט.

די פּערזענלעכע באַקאַנטשאַפֿט מיט אַכזריותדיקע און אומיושרדיקע אַקציעס מצד ישׂראל, פֿון איין זײַט, און די באַגעגענישן פֿון סתּירותדיקע מענטשן אויף דער פּאַלעסטינער זײַט, אַרײַנגערעכנט עכטע טעראָריסטן, האָבן זיך אָפֿט אָפּגעשפּילט אויפֿן דראַמאַטישן סטיל און רעפּערטואַר פֿונעם „פֿרײַהייט־טעאַטער‟.

אינעם יאָר 2008, האָט מער־כאַמיס פֿאָרויסגעזאָגט, אַז „איינער אַ משוגענער פּאַלעסטינער‟ וועט אים אַמאָל דערהרגענען פֿאַרן „פֿאַרקריפּלען די איסלאַמישע ווערטן‟. און אַזוי איז טאַקע געשען, צום באַדויערן.

די ישׂראלדיקע רעגירונג האָט כּסדר גערודפֿט דעם „פֿרײַהייט־טעאַטער‟ און זײַנע אַקטיאָרן צוליב די פּראָ־פּאַלעסטינער ספּעקטאַקלען. פֿון דער אַנדערער זײַט, זענען אַ סך קאָנסערוואַטיווע פּאַלעסטינער מוסולמענער געווען שטאַרק אומצופֿרידן מיטן פּראָגרעסיוון וועלטלעכן גײַסט פֿונעם טעאַטער. סוף־כּל־סוף, האָבן זיי פֿון אים פּטור געוואָרן, הגם עס בלײַבט ביז הײַנט אַ סוד, ווער האָט אים דערשאָסן און פֿאַרוואָס.

לאָמיר זיך אָבער אומקערן צו אַלוניס נײַעם פֿילם. דער רעזשיסאָר איז באַקאַנט מיט זײַנע ראַדיקאַל־לינקע פּאָזיציעס, צוליב וועלכע ער שטיצט דעם צוויי־נאַציאָנאַלן אויסוועג פֿונעם מיטל־מיזרחדיקן קאָנפֿליקט. ער גלייבט, אַז מע דאַרף שאַפֿן איין פֿאַראייניקטע געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדן און פּאַלעסטינער גלײַך, בנוסח מאַרטין בובער, אַנשטאָט דער הײַנטיקער צעטיילונג צווישן מדינת־ישׂראל און פּאַלעסטינע.

דער רעזשיסאָר האָט נישט לאַנג צוריק פֿאַרלוירן זײַן מאַמע שולמית אַלוני, די געוועזענע ישׂראלדיקע קולטור־מיניסטאָרין און פּאָליטישע טוערין פֿון דער פּאַרטיי „מר״ץ‟. דער זון פֿון דער מיניסטאָרין, זײַענדיק אַליין אַ סעקולערער ישׂראלי, באַציט זיך פֿאָרט מיט אַ סימפּאַטיע צו אַזעלכע פֿרומע גרופּעס, ווי די סאַטמאַרער חסידים און נטורי־קרתּא, ווי ער האָט געזאָגט אין אַ שמועס מיטן מחבר פֿון די שורות בעת די געצעלט־פּראָטעסטן קעגן וואָל־סטריט אינעם ניו־יאָרקער „זוקאָטי־פּאַרק‟. זײַן אייגענע וועלטלעכע פֿילאָסאָפֿיע איז באַגרינדעט אויף פֿראַנץ ראָזענצווײַגס געדאַנקען און אויף אַזעלכע קבלה־באַגריפֿן, ווי די ספֿירות חסד און גבֿורה.

אודי אַלוני
אודי אַלוני

דער פֿילם איז זייער אַן אַבסטראַקטער, צו צעצויגן און נודנעוואַטע, אויף מײַן געשמאַק. בעצם, איז עס אַ לאַנגע טעאַטראַליזירטע פּערזענלעכע דערציילונג, וואָס דרייט זיך אַרום אַן אומגעוויינטלעכער פּאַלעסטינער ווערסיע פֿון סעמועל בעקעטס „וואַרטן אויף גאָדאָ‟, און באַשטייט פֿון פֿאַרשיידענע עפּיזאָדן וועגן דעם לעבן פֿון די אַקטיאָרן. אונדזער „פֿאָרווערטס‟־שרײַבער לייזער בורקאָ, וועלכער איז געקומען אויף דער פּרעמיערע, האָט אויך באַמערקט, אַז דער פֿילם איז אַ נודנעוואַטער און צו לאַנגער.

אינעם „פֿרײַהייט־טעאַטער‟ האָבן אויף דער סצענע געשפּילט פֿרויען, להיפּוך צו בעקעטס אָריגינעלן געדאַנק. די „יורשים‟ פֿונעם באַרימטן אירלענדישן דראַמאַטורג זענען געווויר געוואָרן, אַז אין דזשענין שפּילט מען די פּיעסע אויף קאַפּויער, קעגן דעם ווילן פֿונעם מחבר, אָבער באַשלאָסן צו לאָזן עס צו רו.

אין איין עפּיזאָד ווערט אינעם פֿילם געוויזן אַ סיכסוך צווישן איינער פֿון די אַקטריסעס און אַ מוסולמענישער פֿרוי מיט אַ טיכל, וואָס זאָגט, אַז זי פֿילט זיך גאַנץ פֿרײַ. אירע וועלטלעכע אָפּאָנענטן האָבן אָבער אויף איר אָנגעשריגן, אַז די פּאַלעסטינער פֿרויען זענען פֿרײַ בלויז אין דער קיך.

נאָך דער פּרעמיערע, האָט באָטלער, אַ באַקאַנטע פֿאַרברענטע פֿעמיניסטקע, געטענהט, אַז אינעם פֿילם האָט מען געדאַרפֿט דערקלערן די פּאָזיציע פֿון דער מוסולמענישער פֿרוי. מע האָט איר נישט געלאָזט זאָגן, פֿאַרוואָס זי פֿילט זיך טאַקע פֿרײַ.

זשיזשעק האָט צוגעגעבן, אַז ווען די מערבֿדיקע אַקטיוויסטן באַשולדיקן דעם קאָלאָניאַליזם אין די צרות פֿון די פּאַלעסטינער צי אַן אַנדער פֿאָלק, שטעקט אין דעם אויך אַ שטיקל אימפּעריאַליזם. אַנשטאָט צו באַקענען זיי מיט „וואַרטן אויף גאָדאָ‟ און אַנדערע פּערלען פֿון דער מערבֿדיקער קולטור, דאַרף מען פֿאַרשטיין, אַז די פּאַלעסטינער האָבן דאָך אייגענע קעפּ און קאָנען אַליין באַשטימען, וואָס איז וויכטיק פֿאַר זיי און ווי אַזוי צו באַהאַנדלען די פּראָבלעמען פֿון זייער געזעלשאַפֿט.

לאָמיר זיך אומקערן איצט צוריק צו אונדזערע קאַנאַדער „לבֿ־טהורניקעס‟. לאָמיר פֿאַרגעסן, אַז זיי זענען ייִדן, און פֿאַרגלײַכן זיי מיט די פּאַלעסטינער פֿונעם קאָנסערוואַטיוו־מוסולמענישן שניט. ווי עס ווערט געוויזן אין אַלוניס פֿילם, איז ווײַט נישט אַלץ אין דער פּאַלעסטינער געזעלשאַפֿט אַזוי אײַ־אײַ־אײַ. ווי עס ווײַזט דער רעאַלער בײַשפּיל פֿון מער־כאַמיס, קאָן מען פֿאַרן אָפּשאַפֿן די מחיצות און אַרײַנלאָזן די פֿרויען אויף דער בינע קריגן נישט בלויז קלעפּ, נאָר דערשאָסן ווערן אויף טויט. דאָס מיינט אָבער נישט, אַז מדינת־ישׂראל אָדער די מערבֿדיקע לענדער, וואָס לײַדן פֿון אייגענע צרות און זענען אַליין לאַוו־דווקא פֿרידלעך און פֿרײַ — לאָמיר זיך דערמאָנען איראַק, אַפֿגאַניסטאַן און גוואַנטאַנאַמאָ — האָבן דאָס רעכט אַרויפֿצוצווינגען זייערע נאָרמעס און קולטור־ווערטן.

אַלוני, אַ קריטיקער פֿון ציוניזם, האָט ליב די פּאַלעסטינער, נאָר באַציט זיך קריטיש צו זייערע סאָציאַלע פּראָבלעמען. לאָזט זיי צו רו, רופֿט ער אין זײַנע פֿילמען און עסייען, לאָמיר שאַפֿן אַ געזעלשאַפֿט, וווּ ייִדן און אַראַבער, וועלטלעכע און פֿרומע, קאָנען לעבן צוזאַמען. אויב מע וויל זיי באַקענען מיט די מערבֿדיקע ווערטן — צי ס׳איז כּדאַי, צי נישט — לאָמיר בעסער עפֿענען אין דזשענין אַ פּראָטעסט־טעאַטער.

אויף דער פּרעמיערע זענען געקומען עטלעכע מײַנע חבֿרים, אַרײַנגערעכנט אַ צאָל לייענער פֿון אונדזער צײַטונג, וועלכע האָבן הנאָה געהאַט פֿון מײַן אַנומלטיקן אַרטיקל וועגן „לבֿ־טהור‟ און האָבן אָנגעהויבן שמועסן וועגן דעם. אַ טייל ראַדיקאַל־לינקע אַקטיוויסטן זענען נישט צופֿרידן מיט די רדיפֿות קעגן דער דאָזיקער חבֿרה און באַטראַכטן עס, ווי איך האָב געטענהט אין מײַן אַרטיקל, ווי אַ סימן פֿון פּראָ־פֿאַשיסטישע שטימונגען אין קוועבעק. צוליב דער סתּירותדיקער נאַטור פֿונעם ענין, האָבן די באַטייליקטע אין דער דיסקוסיע אָבער נישט געוואָלט מפֿרסם זײַן זייערע נעמען.

אַחוץ די וועלטלעכע לינקע, האָט אַ ברוקלינער חסידישער יונגערמאַן, וועלכער האָט נאָך דער פּרעמיערע געכאַפּט אַ לעבעדיקן שמועס מיט זשיזשעק וועגן קבלה, אויך באַמערקט, אַז דאָס מערבֿדיקע און ישׂראלדיקע אַראָפּקוקן אויף די „נעבעכדיקע‟ און „געפֿערלעכע‟ פֿרומע פּאַלעסטינער האָט אים דערמאָנט אין דער סיטואַציע מיט דעם, ווי אַזוי די וועלטלעכע ליבעראַלע קרײַזן קוקן אַראָפּ אויף די חסידים.

זיכער דאַרף מען באַזאָרגן די דערנידעריקטע און באַעוולטע מיט די כּוחות און מאָטיוואַציעס, וואָס קאָנען זיי העלפֿן זיך באַפֿרײַען. די באַפֿרײַונג גופֿא ליגט אָבער אויף זייערע אייגענע פּלייצעס, און דערצו ווענדט זיך אין זייער אייגענער דעפֿיניציע פֿון פֿרײַהייט. דער מלוכישער צוואַנג און פֿרײַהייט איז אַן אָקסימאָראָן.

יריבֿ לעווין, אַ כּנסת־דעפּוטאַט פֿון דער אַליאַנץ „ליכּוד־ביתנו‟, האָט געפּרוּווט צו דריקן אויף דער קאַנאַדער רעגירונג, זי זאָל „מאַכן אַ סוף צו העלבראַנץ און זײַן סעקטע‟. מיט עטלעכע חדשים צוריק, האָט „האָרץ‟ איבערגעגעבן, אַז די ישׂראלדיקע רעגירונג „טוט אַלץ וואָס ס׳איז מעגלעך‟ קעגן „לבֿ טהור‟ און ברענגט אַ קאָנקרעטע ציטאַט. יעקבֿ מרגי, אַ דעפּוטאַט פֿון „ש״ס‟, האָט גערופֿן די ספּעציעלע פּאָליציי־כּוחות דורכצופֿירן אַן אָבלאַווע אויף „לבֿ־טהור‟ און „אַוועקלייגן זיי אַלע אין לאַסט־אויטאָס‟.

צום גליק, געפֿינט זיך קאַנאַדע, אין פֿאַרגלײַך מיט דזשענין, אויף אַן אַנדער עק וועלט. ס׳איז שווער זיך פֿאָרצושטעלן, ווי אַזוי מע וואָלט געקאָנט דורכפֿירן אַזאַ אָפּעראַציע. מע ווייסט אָבער גאַנץ קלאָר, אַז די תּושבֿים אין דזשענין נעמען אויף די פּאָליטיק פֿון אַזעלכע רעכטע פּאַרטייען, ווי „ליכּוד‟, „ישׂראל ביתנו‟ און „ש״ס‟, אָן קיין גרויסן ענטוזיאַזם. אַדרבה, אויב מע וויל פֿאַרשטאַרקן נאָך שאַרפֿער דעם ראַדיקאַליזם און איזאָלאַציע פֿון אַזעלכע גרופּעס, ווי „לבֿ־טהור‟, זענען די רדיפֿות מצד די נאַציאָנאַליסטישע קוועבעקער פּאָליטיקער בשותּפֿות מיט די דערמאָנטע חבֿרי־הכּנסת די בעסטע עצה דאָס אויפֿצוטאָן.

אויב די באַפֿעלקערונג פֿון „לבֿ־טהורניקעס‟ וועט זיך צעוואַקסן, קאָנען צווישן זיי אויפֿקומען — צי ס’איז גוט, צי נישט — אַזעלכע מענטשן, ווי אַ קאָמוניסטיש געמישט פּאָרפֿאָלק, וואָס וועט גרינדן אַן אייגענעם „פֿרײַהייט־טעאַטער‟, וווּ די מיידלעך וועלן שפּילן „גאָדאָ‟ אויף ייִדיש; אפֿשר, געמישט מיטן פּאַלעסטינער דיאַלעקט פֿון אַראַביש, אין אָנדענק פֿון מער־כאַמיסעס מוסטער — געזונטערהייט. די פּאָליטיקער, מיט זייער גוואַלד, צבֿיעות, אומיושרדיקע מאַכט־שפּילערײַען און פֿאַלשע דעפֿיניציעס פֿון גלײַכקייט און פֿרײַהייט, זאָלן זיי אָבער בעסער לאָזן צו רו.

ס׳איז כּדאַי ווידער צו דערמאָנען, אַז די רדיפֿות קעגן „לבֿ־טהור‟ זענען דערווײַל באַגרינדעט בלויז אויף צווייפֿלהאַפֿטיקע קלאַנגען און באַשולדיקונגען קעגן געוויסע יחידים. אויב אַפֿילו זיי זענען טאַקע אמת, טאָר מען עס נישט אויסנוצן ווי אַ תּירוץ צו פֿאַרפֿאָלגן אַ גאַנצע גרופּע. אַזוי ווי אינעם משל מיט די פּאַלעסטינער מוסולמענער, אויב אַ מערקווירדיקער טייל פֿון זיי שלאָגן זייערע קינדער און אַפֿילו שטיצן טעראָריזם, איז עס נישט קיין תּירוץ צו דיקטירן זיי אַלע ווי אַזוי צו לעבן. אין ביידע פֿאַלן, דאַרף מען געבן די מענטשן די נייטיקע מיטלען צו באַפֿרײַען זיך פֿון אינערלעכע פּראָבלעמען אָן קיין דרויסנדיקן צוואַנג מצד אַ נאַציאָנאַליסטישער מלוכה.

און וואָס שײַך מער־כאַמיס, קאָנען אונדזערע לייענער איבערלייענען דעם אַרטיקל וועגן אים פֿון אונדזער „פֿאָרווערטס‟־שרײַבער עדי מהלאל, פֿאַרעפֿנטלעכט באַלד נאָך זײַן טראַגישן טויט.

//yiddish2.forward.com/node/3674