(די 3 טע זײַט פֿון 3)
ביז הײַנט איז אַקטועל די טעמע, אַז אַ היפּשער טײל אונגאַריש-רעדערס װױנען אין די אַרומיקע לענדער, דער עיקר, אין רומעניע און סלאָװאַקיע, און ניט אין די גרענעצן פֿון אונגאַרן. עס מאַכט צומאָל גאַנץ אָנגעצױגן די באַציִונגען מיט די שכנים. פֿון דעסטוועגן, איז די טעמע אפֿשר הײַנט שױן אַ צװײט־ראַנגיקע. די פּאַרטײ „יאָביק‟ פּריידיקט אַן אידעאָלאָגיע, װאָס לױט איר, דאַרף אונגאַרן זײַן אַ לאַנד נאָר פֿאַר די אַזױ גערופֿענע „עכטע אונגאַרן‟ — אַ קלאָר רעכטע און עקסטרעם-רעכטע אידעאָלאָגיע. װי שװער עס איז דער מצבֿ פֿון דער קאָנסערװאַטיװער „פֿידעס‟־פּאַרטיי, װאָס טעאָרעטיש געפֿינט זי זיך אין „צענטער‟, האָט זיך אַרױסגעװיזן אָנהײב 2014, װען די רעגירונג האָט פֿאָרגעלײגט ספּעציעל צו געדענקען דעם אונגאַרישן קאַפּיטל פֿונעם חורבן, וואָס הײַיאָר איז אָפּגעמערקט געוואָרן 70 יאָר נאָך די געשעענישן פֿון 1944. דעמאָלט האָבן די דײַטשן דעפּאָרטירט און דערמאָרדעט אין געציילטע חדשים 400,000 אונגאַרישע ייִדן.
מען װאָלט געקענט מײנען, אַז דאָס געדענקען די קדושים איז אַ סימן, אַז די רעגירונג װיל ניט פֿאַרלײקענען די פֿאַרגאַנגענהײט. האָט זיך אָבער באַלד אַרױסגעװיזן, אַז דאָס איז ניט אַזױ פּשוט. די רעגירונג, טענהן די ייִדישע אַקטיװיסטן, װיל מיט דעם זיך קױפֿן אַ „הכשר‟ פֿאַר אַ ספּעציפֿישער אויסטײַטשונג פֿון דער אונגאַרישער געשיכטע; זי װיל דערמאָנען די ייִדישע קרבנות נאָר װי „אונגאַרישע בירגער‟. מיט דעם װערט פֿאַרדעקט די ראָלע פֿונעם דעמאָלטיקן אונגאַרישן דיקטאַטאָר האָרטי. אונטער אים האָט מען טאַקע גערודפֿט די ייִדן ניט אַזױ װי אין אַנדערע לענדער, אָבער דווקא ער האָט דערמעגלעכט אָנצוהאַלטן די אַנטיסעמיטישע פּאָליטיק פֿון דיסקרימינאַציע.
די ערשטע קרבנות פֿונעם חורבן אין אונגאַרן זענען געװען די ייִדן, װאָס זענען ניט געװען קײן אונגאַרישע בירגער. אין 1944 װאָלטן די דײַטשן ניט געקענט אַרױספֿירן 400,000 אונגאַרישע ייִדן פֿונעם לאַנד אָן דער הילף פֿונעם אונגאַרישן מלוכה-אַפּאַראַט. אָט דעם פֿאַקט ווילן די אָפֿיציעלע אונגאַרן בפֿירוש ניט אָנערקענען. מען פּלאַנירט אויפֿצושטעלן אַ דענקמאָל, װאָס זאָל דערמאָנען די לײדן פֿון די אונגאַרישע בירגער אונטער דער דײַטשער אָקופּאַציע, װי אונגאַרן װאָלט כּלומרשט קײנמאָל ניט געהאַט קײן פֿרײַנדלעכע באַציִונגען מיט נאַצי-דײַטשלאַנד.
די אונגאַרישע ייִדישע קהילה האָט אין מערץ, נאָך לאַנגע דיסקוסיעס, סוף־כּל־סוף, זיך אָפּגעזאָגט פֿון די מלוכישע געלטער פֿאַר די געדענק-אונטערנעמונגען. אָבער דאָס רעדן וועגן דעם אויף אַ קול איז אָנגעקומען ניט אַזױ גרינג. די ייִדישע קהילה איז הײַנט װײַט ניט קײן אײנהײַטלעכע אָרגאַניזאַציע. דער דאָמינירנדיקער כּוח זענען ביז הײַנט די נעאָלאָגן — אַ ריכטונג, װאָס איז אַרױסגעװאַקסן פֿון דער רעפֿאָרם-באַװעגונג אין 19טן יאָרהונדערט, און האַלט הײַנט, אַז זי איז אַ טײל פֿון דער טראַדיציאָנעלער אָדער קאָנסערװאַטיװער ייִדישקײט.
דווקא די נעאָלאָגן האָב ביז הײַנט די שליטה אינעם קהילה-לעבן. אָבער אַ סך אונגאַרישע ייִדן נעמען ניט קײן אָנטײל אינעם אָרגאַניזירטן קהילה-לעבן, אָדער האָבן אַ קליינעם אינטערעס אין דער רעליגיעזער ייִדישקײט בכלל. אַ טײל פֿון זײ איז געװאָרן שטאַרק פּאָליטיש אַקטיװ. און זײער השפּעה האָט באַװירקט, אַז ערשט די קלײנע פּראָגרעסיװע קהילות, און דערנאָך די נעאָלאָגן, און די אָרטאָדאָקסן (מחוץ חב״ד) האָבן זיך אָפּגעזאָגט פֿון נעמען מלוכה-געלטער פֿאַרן אָנדענק-יאָר. מען װיל, הײסט עס, ניט „כּשרן‟ די מלוכישע פּראָפּאַגאַנדע-װערסיע פֿון דער אונגאַרישער געשיכטע פֿאַר דער עפֿנטלעכקײט.
אָבער װי װײַט איז אַזאַ אַקציע אַ סימן פֿון אַן אויפֿלעב פֿונעם אונגאַרישן ייִדנטום? דאָס װעט טאַקע נאָר װײַזן די צוקונפֿט. יעדנפֿאַלס, האָבן די נײַעס-אַגענטורן באַלד נאָך די װאַלן פֿונעם 6טן אַפּריל געמאָלדן, אַז מען װיל בױען דעם מאָנומענט פֿאַר „אונגאַרן אונטער דער אָקופּאַציע‟, װאָס זײַן רעװיזיאָניסטישע קאָנצעפּציע האָט אַרױסגערופֿן אַזױ פֿיל קריטיק פֿאַר די װאַלן, אַז די רעגירונג האָט אים אָפּגעלײגט.
איצט וועט די אונגאַרישע רעגירונג זיך מסתּמא שוין פֿילן זיכערער בײַ זיך, און מער ניט דאַרפֿן דעם הכשר.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.