אויף דער ערשטער זײַט פֿון דער טעגלעכער צײַטונג „מעריב‟, וואָס איז דערשינען דעם פֿערטן מײַ 1949, איז אָפּגעדרוקט געוואָרן די פֿאָלגנדיקע קורצע מעלדונג:
וואָס וועט פֿאָרקומען הײַנט?
אין דעם גרויסן געשפּאַן וועט דעמאָנסטרירט ווערן דאָס, וואָס מיר האָבן נישט געהאַט בשעת דער זעלבסטשטענדיקייט־פּראָקלאַמירונג אין דעם ערשטן שטאַפּל פֿון דער פֿרײַהייט-מלחמה.
די אַרמיי האָט צוגעגרייט דעם עולם אַ סך סורפּריזן, און וויכטיקע „כּלים‟, וואָס האָבן אונדז געגעבן די אויבערהאַנט אין די שלאַכטן. זיי וועלן ווערן אויסגעשטעלט, צום ערשטן מאָל, אויף די גאַסן פֿון דער שטאָט.
אויף דער בינע, וואָס וועט אויפֿגעשטעלט ווערן אויף ראָג פֿון בן-יהודה־גאַס און צירלסאָן־גאַס וועלן פֿאַרנעמען די ערטער מיניסטאָרן, כּנסת־דעפּוטאַטן, רעפּרעזענטאַנטן פֿון דער „יו. ען.‟, דיפּלאָמאַטן און עלטערן, וואָס זייערע זין זענען געפֿאַלן אויפֿן שלאַכט-פֿעלד.
איינהייטן פֿון מינדערהייטן וועלן שפּאַנען צום ערשטן מאָל אין תּל-אָבֿיבֿ.
דער פּאַראַד וועט זיך אָנהייבן אויף דעם „מושבות‟־פּלאַץ און גיין אויף די גאַסן אַלענבי, בן-יהודה, אַרלאָזאָראָוו, דיזענגאָף, און זיך שליסן בײַ דעם ראָג פֿון קעניג דזשאָרדזש און דיזענגאָף.‟
דער פּאַראַד האָט זיך אָבער לאַנג נישט אָנגעהויבן; דער המון, די שטופּעניש אויף די גאַסן האָבן נישט געלאָזט צה”ל צו שפּאַנען. דער פּאַראַד איז בכלל שיִער נישט אָפּגעשאַפֿן געוואָרן; לסוף, האָט ער זיך אָנגעהויבן מיט אַ פֿאַרשפּעטיקונג פֿון איבער צוויי שעה, און אויך נישט לויט דעם מאַרשרוט, וואָס איז פֿון פֿריִער פּלאַנירט געוואָרן.
אַ באַריכט וועגן די געשעענישן פֿון דעם טאָג אין תּל-אָבֿיבֿ איז פֿאַרענפֿנטלעכט געוואָרן אויפֿן אַנדערן טאָג אונטערן קעפּל:
דער פּאַראַד, וואָס האָט נישט געשפּאַנט, און דער געשפּאַן וואָס האָט פֿאָרט פּאַראַדירט
דאָס האַרץ פֿון תּל-אָבֿיבֿ קלאַפּט אויף אירע צענטראַלע גאַסן — גייסט אַרויס אויף אַלענבי־גאַס און [עס פֿילט זיך] ווי דו דערטאַפּסט דעם דופֿק פֿון דער שטאָט; פֿרייד און אומעט, גליק און אַנטוישונג, שטאָלצקייט און טרויער ליגן נישט בלויז אויף די פּנימער פֿון די מענטשן, נאָר אויך אויף די טראָטואַרן און געבײַדעס.
עס האָט זיך געוואָלט, אַז די שטאָט זאָל זיך פֿרייען נעכטן, אָבער עס האָט זיך איר נישט אין גאַנצן אײַנגעגעבן. מיטאָג-צײַט זענען די גאַסן נאָר געווען דורכגעזאַפּט מיט פֿרייד און די הײַזער — פֿול מיט גליק. עס האָט זיך געלאָזט דערשמעקן די אַטמאָספֿער פֿון געשפּאַנטער דערוואַרטונג פֿון די צענדליקער טויזנטער מענטשן, וואָס האָבן זיך געשטעלט שורותווײַז לענג־אויס די גאַסן, געקראָכן אויף די פּלויטן און די רעקלאַמעס-שילדן, „זיך אײַנגעאָרדנט‟ אויף די באַלקאָנען און „פֿאַרכאַפּט‟ אַ שטיקל שטח אויף די דעכער.
די זון האָט אַכזריותדיק געברענט איבער די קעפּ. עס איז נאָך געווען פֿרי, און די מענטשן האָבן געוואַרט געדולדיק. דער עולם האָט זיך אַנטשלאָסן אויסצוטרינקען דאָס גלעזל פֿרייד ביז דעם דנאָ. בשעתן וואַרטן, האָבן די מענטשן געכאַפּט אַ שמועס. מע האָט גערעדט וועגן דער גרויסקייט פֿון דער שעה, די פֿיל קרבנות, וואָס מע האָט מקריבֿ געווען, כּדי זוכה צו זײַן צו אָט דער גליקלעכער שעה.
איין פֿרוי, וואָס אַ סך גרויע פֿעדעמער האָבן זיך אַדורכגעוואָרפֿן אין אירע האָר, האָט אָפּגעווישט אַ טרער און געזאָגט: “מײַן זון האָב איך אַוועקגעגעבן, כּדי מע זאָל זוכה זײַן צו דעם מאָמענט, און אַ צווייטער זון וועט שפּאַנען הײַנט”.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.